2 5 25 | Page 67

347.746.0453

אינפארמירט

דורך : מרת . וואלקאספקי פון Dietitian Group
וואס איז די חילוק פון עפל דשוס און עפל סיידער ?
עפל סיידער איז נישט געפילטערט און , unpasteurized אינדערצייט וואס עפל דשוס איז יא געפילטערט און
. pasturized עפל סיידער ווערט שנעלער פארדארבן , און האט נישט קיין צוגעלייגטע זאכן ( אבער עס קען ענטהאלטן זאכן וואס מאכן עס זיס (.
וועלכע פון די צוויי איז געזונטער ?
די פאקט אז עפל סיידער האט כמעט נישט קיין צוגעלייגטע זאכן , און אז עס איז נישט איבערגעארבעט , און נישט געפילטערט צייגט אז עס האט מער נאטירליכע בענעפיטן און איז געזונטער אין אלגעמיין . ביידע זענען הויך אין קאלעריעס , און עפל סיידער זאל נישט געגעבן ווערן פאר מענטשן מיט א שוואכערע אימיון סיסטעם , א שטייגער ווי יונגע קינדער , אדער עלטערע מענטשן .
וואס איז די חילוק פון בלויע און רויטע מילך ?
רויטע מילך איז whole milk און בלויע מילך איז low-fat מילך . low-fat מילך , ענהאלט ווייניגער קאלעריעס , און ווייניגער פעטנס ווי . whole milk יונגע קינדער זאלן טרינקען רויטע מילך , און עלטערע קינדער און ערוואקסענע איז רעקאמענדירט צו טרינקען low-fat מילך . מילך איז א גוטע קוואל פון קאלציאם און וויטאמין די , און אויך רייך אין . lactose ווי מענטשן ווערן עלטערן , ווערט זייער מעגליכקייט צו טאלערירן lactose ווייניגער , וועלן זיי מעגליך דארפן טוישן צו מילך אלטערניטיווס אדער -lactose פריי מילך .
א ליינער האט געפרעגט אויף דעם וואס איר האט געשריבן אז בונדלעך איז א פראטיען , אז זי האט אלעמאל געוואוסט אז בונדלעך זענען סטארטש . פארוואס איז טאקע אזוי פארשפרייט אז מענטשן באטראכטן בונדלעך ווי א סטארטש ?
אלע גרינצייג קוועלער פון פראטיען האבן עטוואס סטארטש . בונדלעך זענען גאר הויך אין פראטיען , און די USDA באטראכט בונדלעך אלס א טייל פון די פראטיען קאטאגאריע פון " myplate " ( א סארט וועג וויאזוי די רעגירונג שטעלט אויס געזונטע מאלצייטן ) בונדלעך זענען הויך אין פייבער , נידריג אין כאלעסטעראל און נידריג אין פעטנס , ( אינדערצייט וואס אסאך פראטיען פון פלייש זענען העכער אין פעטנס (. די אויסגערעכנטע געזונטהייט בענעפיטן זענען גילטיג ביי אלע סארטן בונדלעך . הונדערט און זיבן הונדערט קאלעריעס .
פאר סיי וועלכע פראגע אנבאלאנגט נוטרישאן און דיעטע שיקט עס אריין דורך fax צו 718-384-5563 אדער רופט 718-599-3444x3 און עס וועט געענטפערט ווערן דורך מרת . וואלקאפסקי אין די ראמען פונעם Shopper ' s
Route