2 5 25 | Page 65

ה . רובין
ווער האט געזאגט אז עקטן סקילס זענען רעזיווירט בלויז פאר שוי-‏
שפילערס ? אין די געזעלשאפט וואו מיר דרייען זיך , זענען פארהאן גענוג און איבעריג שפילערס . די שפילערינס
שפילן מיט אזא טאלאנט און שעפערישקייט אז מען וואלט קיינמאל
נישט געקענט טראכטן אז זיי זענען באמת נישט דאס וואס זיי שפילן .
צומאל איז די סיבה פאר די אנגעשטעלטע שפיל ווייטאגליך , די שפילערין זוכט עפעס צו פארדעקן אדער זיין עפעס וואס זי איז נישט .

ליינער רעאגירן ...

פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
אויב האט איר עפעס צוצולייגן , באמערקן , אדער אנפרעגן איבער איינע פון די פארגאנגענע ארטיקלען וועלכע זענען ערשינען אין די , Shopper ' s Route דאן שיקט צו : Email : nt @ theshoppersroute . com Text : 917.300.9058
* געדענקט צו שרייבן פון וועלכע וואך עס איז , און די נאמען פון די ארטיקל פון וואס איר רעדט .
ארטיקל : אויסגענוצט ? בא
איך וויל איבערגעבן א מעסעדזש פאר די שרייבערין אונטער די פענע נאמען ה . רובין פאר די מעשה וואס זי האט געשריבן פרשת בא . די מעשה האט ארויסגעברענגט וויאזוי מען דארף דן זיין א מענטש . איך פערזענליך , קום נישט אייביג אן צו ליינען די גאנצע שאפער ' ס רוט . מיינע book worms ליינען עס דורך פון דעקל צו דעקל יעדע אדווערטייזמענט , ( און דערפאר איז טאקע וויכטיג אכטונג צו געבן וואס מען לייגט אריין , און יישר כח טאקע אז מען האט גענומען א הכשר אזוי וועט איינער עס דורכגעקוקן מיט ישוב הדעת ) פונקט , בהשגחה פרטיות , האב איך געליינט די מעשה . עס האט אזוי סאך געמיינט פאר מיר . איך מוז זאגן אז זייט נעכטן ביז היינט האב איך שוין געהאט עטליכע געלעגנהייטן דן צו זיין מענטשן , און נוצן די געדאנק פון " וואס ווייס איך וואס יענער גייט דורך ", איך האב לעצטנס איינער וואס לאזט מיר פאלן אזעלכע קאמענטארן וואס קענען באמת וויי טון , און איך זע אז זי טוט עס אויך פאר אנדערע מענטשן . האב איך געקלערט צו זיך , אז איך ווייס אז יענע מענטש איז זייער אנגעשטרענגט און זי גייט צו דאקטוירים , איך האף טאקע אז עס איז גארנישט ערנסט , אבער דאך קען מען איר פארשטיין , און אזוי ווערט מען נישט באליידיגט און מען ווייסט אז די מענטש וויל נישט וויי טון . ביי שידוכים אין די געדאנק אויך זייער גילטיג , ענדליך ווען מען reach ' t יא איינעם , און מען באקומט א " יא איך וועל זען ", רעאקציע קומט אויך אריין צו טראכטן אז
" וואס ווייס איך וויפיל מענטשן עס רופן זיי , און וויפיל שידוכים עס זענען שוין אפגעזאגט געווארן …" אויך קען זיך מאכן ווען מען זעט אז איינער שלאפט זייער אסאך , קען מען אויך טרעפן אן ערקלערונג , אפשר שפירט יענער נישט גוט און ער דארף אויפכאפן די שלאף , אדער אפשר אנדערע חשבונות אדער סיי וואס קען ברענגען א לימוד זכות . די דאזיגע מהלך ברענגט אריין אזא פאזיטיוויטי אין מח , און ווען יענער ווארפט א באמערקונג וואס קען עכט באדערן , איז צייט צו טראכטן אז אפשר איז יענער סתם פארווייטאגט . איר האט באמת אויפגעטון מיט די ארטיקל . א גרויסן יישר כח . השי " ת זאל העלפן אז איר זאלט ווייטער קענען ברענגען ארטיקלען מיט א מוסר השכל .
) - ( ענטפער : מורא ' דיג ! אייערע ווערטער זענען גאר אין פלאץ . די מוסר השכל פון די אמת ' ע דראמאטישע מעשיות איז טאקע וואס מיר זוכן ארויסצוברענגען פון די געשיכטעס .
ארטיקל : אונטער ענדיס באנגעלאו / ליינער רעאגירן
Hi , thank you so much for the ‘ Neighborly Feedback Column ”. I saw someone wrote that they want a story with more feelings instead of the way " Under Andi ' s Bungalow " is written . But I think that most
אונטער ענדיס
באנגעלאו
22
אויסגענוצט ?
February 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 65