2 5 25 | Page 147

13
13

סענסיטיווע טעמעס

מען דערציילט א ווערטל , אז א בעל דרשן האט אמאל געפרעגט דער גבאי פון א בית מדרש איידער ער האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה , אויב עס איז דא א געוויסע טעמע וואס ער זאל אויסמיידן .
" איר קענט רעדן איבער סיי וועלכע טעמע איר ווילט , אבער רעדט נישט מער ווי צען מינוט ". האט דער גבאי געענטפערט מיט א צינישע שמייכל .
דער גבאי ' ס ענטפער איז אבער גאר ווייט פונעם מציאות . אין אונזער טאג טעגליכע לעבן איז דא אמאל וואס מען מעג רעדן אסאך מער ווי צען מינוט אבער מען דארף בעיקר אכטונג געבן איבער וואס מען רעדט .
צוויי מענטשן וואס שמועסן געמיטלעך צווישן זיך און פארשטייען זיך גוט , שפירן אויטאמאטיש אז זיי האבן א גרינע ליכט און זיי קענען רעדן איבער סיי וועלכע טעמע עס קומט ארויף אין געדאנק , ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט וואס די תורה ערלויבט צו רעדן .
די צוויי מענטשן קענען זיין פריינט פון יארן לאנג , און נאכמער , זיי קענען זיין א פארפאלק וואס לעבן בשלום פאר לאנגע יארן , און זיי גייען מיט א זיכערקייט פון טעמע צו טעמע , און דאן ,
מען וואונדערט זיך אליין וואס האט פאסירט . א מינוט צוריק האט מען געשמועסט אזוי אנגענעם , וואס האט זיך פלוצלינג געטוישט ?
מאכט זיך מיטאמאל אז די גאנצע שמועס הייבט אן אונטערצוהינקען .
איינע פון די צוויי ווערן אומבאקוועם , מען ווערט אומקאנצענטרירט , דערווייטערט , אדער מען דרוקט זיך אויס שארפער ווי געווענליך .
מען וואונדערט זיך אליין וואס האט פאסירט . א מינוט צוריק האט מען געשמועסט אזוי אנגענעם , וואס האט זיך פלוצלינג געטוישט ?
די אורזאך צו די ערשיינונג איז פארבינדן צו די פיזישע געבוי פון אונזער מח . אונזער מח איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי חלקים . איין חלק זענען מיר באוואוסטזיניג צו , מיר זענען אין קאנטראל פון וואס , ווען און וויאזוי צו טראכטן און טון זאכן . און די צווייטע חלק רופט זיך די אונטערבאוואוסטזיין , וואס דאס רעכנט אריין זאכן איבער וואס מיר האבן נישט קיין שום קאנטראל .
די געפיל וואס שאפט זיך צוליב א טעמע וואס ווערט ארויפגעברענגט , איז עפעס וואס באלאנגט צו די אונטערבאוואוסטזיין .