2 5 25 | Page 146

שיעורים על שלום בית : 718.970.7775
שיעורים על ש " ס : 718.400.7887
אפיס : 718.812.7019
הרב יקותיאל אלימלך
פריעדמאן שליט " א
*
*
עס פאסירט אפט אז געוויסע טעמעס אדער געוויסע ווערטער וועקן אויף א טייל אין אונזער אונטערבאוואוסטזיין וואס מאכט אונז אומבאקוועם , אויפגעברויזט , אומפאלסיוו אדער נישט גוט געשטימט און דער מענטש קען זיך נישט אן עצה געבן מיט די פלייץ פון געפילן .
דער ספורנו שרייבט אויף די וואכעדיגע פרשה פון יציאת מצרים אן אינטערעסאנטע געדאנק וואס ערקלערט אונזער אויבנדערמאנטע שמועס .
דער ספורנו פרעגט , פארוואס האט אויסגעפעלט אז משה זאל זיין אפוועזנד פון מצרים פאר גאנצע זעכציג יאר ?
ענטפערט דער ספורנו דערויף , אז ווען אידישע קינדער וואלטן מיטגעהאלטן וויאזוי משה האט זיך אנטוויקלט פון אלס קליין קינד , וואלט נישט מעגליך געווען פאר זיי זיך אונטערצוווארפן אונטער אים אפילו יארן שפעטער , ווייל שטענדיג וואלט ארויסגעוואקסן בילדער וואס דערמאנען אז ער איז נישט אייביג געווען " משה רבינו ", און דאס וואלט געשטערט דעם " ויאמינו בה ' ומשה עבדו ".
זעען מיר פון דעם , אז צומאל איז אוממעגליך צו פארמעקן אדער זיך באפרייען פון געוויסע בילדער אדער געפילן וואס ליגן אין אונזער מח פון אונזער פריע יוגנט אדער פון סיי וועלכע איבערלעבעניש .
אצינד איז אונז קלאר פארוואס א געשמאקע שמועס קען טוישן ריכטונגען פון איין מינוט אויפ ' ן צווייטן , און פארוואס מען קען זיך שווער באהערשן ווען לאנג פארלוירענע זכרונות קומען ארויף צום אויבערפלאך ווען מען דערמאנט געוויסע ווערטער
עס מאכט זיך אפט , אז ביי געוויסע פארפעלקער וואס זייער פראבלעם איז קאמיוניקאציע , שטעלט זיך ארויס אז ספעסיפישע טעמעס לאזן זיי איבער מיט אן אומבאטעמטע אדער נעגאטיווע געפיל .
עס איז פשוט א שאד אז א שטארקע קאמיוניקאציע זאל קענען ווערן ריאנירט דורך איין טעמע , און אז אלעס פארט אויף די ריכטיגע רעלסן " חוץ " די טעמע .
צומאל פאדערט זיך אז א דרויסנדיגער זאל קלארשטעלן וויאזוי צו רעאגירן ווען די טעמע ווערט ארויפגעברענגט , וויאזוי צו אידענטיציפירן און אקצעפטירן די פלוצלימ ' דיגע שטורעם פון געפילן , און וויאזוי צו האנדלען למעשה ווען די געוויסע טעמע דארף יא דורכגעשמועסט ווערן .
" אז מען ווייסט די קרענק איז א האלבע ישועה ", זאגט די וועלט , און אויך אין דעם הינזיכט איז עס אקטועל . ווען א מענטש ווייסט וואס ליגט אונטער זיינע פלוצלימ ' דיגע נעגאטיווע געפילן , קען ער פרובירן צו טרעפן א לעזונג וויאזוי איבערצוקומען די שטרויכלונג .
וואס וויל מיין מאן ?... וואס וויל מיין פרוי ?... צו הערן א קלארן ענטפער קויפט יעצט די טעלעקורס פון הרב יקותיאל אלימלך פריעדמאן אויף : 718.970.7775
) פאר א קלארע אינטערדאקש " ן דרוקט ( 2