שפאנונג און עקסטאז צום בעפארשטייענדן גרויסארטיגען דינער " כן ירבו " לטובת די הייליגע מוסדות אין גרינוויל וואס וועט צונויף ברעגן טויזענטער משתתפים בגוף ובממון דעם מוצאי שבת משפטים אין די גרויסע אימיפעריאל זאלן
דירה נאה : ערשט מאליגע העכסט אינפארמאטיווע פאנעל מיט פרישע קונים אינעם מאסיווע
JCDC האוזינג פראיעקט וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור לאלפים -משא המעמד : כ " ק מרן גאב " ד גרינוויל שליט " א נשיא המוסדות-חולקין כבוד למלכות : הויכגעשעצטע דזשערסי סיטי מעיאר און פילע הויכראנקיגע שטאטישע באמטע ערווארטעט צום דינער- כי מרדכ " י היהוד " י דורש טוב : הרה " ג נואם בחסד עליון רבי יודא מרדכי דייטש שליט " א ר " מ בישיבת דינוב וועט אויפטרעטן אלס זקן השנה-חיי " ם ושלום יוסיפ " ו : נזר אב השנה : האברך החשוב מו " ה יוסף חיים סינאי הי "ו- כאשר ירים משה את ידו : גרינווילע גענעראל מו " ה משה יצחק איידליס הי " ו מנהל המוסדות וועט אפעלירן צום ציבור-לכל זמן ועת : זמנים וועלן ווערן געהאלטן מיט ארדענונג און פונקטליכקייט
ווילאמסבורג-גרינוויל , מיט וואס א טאג נענטער צום גרויסן דינער " כן ירבו ", שטייגט די עקסטאז ביים ציבור וואס וועלן קומען אין די מאסן ארויסווייזן געטריישאפט פאר די ברודער און גוטע פריינט פון גרינוויל , און אנטייל נעמען אין זייער נאכט ארויסצוהעלפן די ארטיגע מוסדות מיט מאראלישע און פינאנציעלע שטיצע דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש משפטים אין די אימפעריאל זאלן אין ווילאמסבורג .
גרינוויל א צווייגל פון ווילאמסבורג
די מוסדות התורה והחינוך אין גרינוויל- וואו עס ווערן נתחנך אריבער פינעף הונדערט קינדער ' לעך " כן ירבו ", אויפן הייליגן דרך פון מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי " ע-איז שוין היינט צו טאג ברייט באקאנט פאר ' ן ציבור אין וויאלמסבורג , זייענדיג א מקום וואס באשטייט בעיקר פון יוצאי ווילאמסבורג וואס האבן זיך אהינגעצויגן צו קענען לעבן במנוחה אין ברייטע הייזער , מגדל צו זיין קינדער מיט הרחבת הדעת .
איבערהויפט אין די לעצטע פאר חדשים ווען עס האט זיך אנגעהויבן א פרישע
פלייץ פון נייע תושבים , ווען עס קומען כסדר צו נאך און נאך משפחות פון ווילאמסבורג , לקבוע מקום מושבם אינעם שפרידלדיגן חסידי ' שע ישוב אין גרינוויל , דזשערסי סיטי .
דאס האט ווי פארשטענדליך געהויבן די מספר התלמידים ותלמידות " כן ירבו ", און מיט דעם איז מיטגעוואקסן די שוין אזוי אויך הויכע הוצאות פון די מוסדות הקדושים , מיט ' ן צושטעלן פרישע בנינים און אויפנעמען נאך מחנכים ומחנכות כפי הצורך .
זיך זעהענדיג מיט א בודזשעט פון אריבער פינעף מיליאן דולער , האט די הנהלת המוסדות איינגעזעהן פאר ריכטיג זיך צו ווענדן צו אחינו שבברוקלין , וואס כמעט יעדער פון זיי האט , אדער וועט האבן , קינדער און אייניקלעך , קרובים און גוטע פריינט אין די הייליגע מוסדות , זיי זאלן צולייגן א האנט און אנטקעגן קומען מיט שיינע סכומים אז די מסודות זאלן ווייטער קענען אנגיין ביתר שאת ויתר עז .
סדר הלילה
מטעם די עסקנים געבט מען איבער אז א שטארקע געוויכט איז געלייגט געווארן אויפן פראגראם אז די נאכט זאל זיין ציענד און אינטערסאנט להנאת אלפי המשתתפים , די הנהלה וויל שטארק אז די זמנים זאלן געהאלטן ווערן מיט א פונקטליכקייט , כדי מען זאל קענען דעקן די גאנצע רייכע פראגראם בעתו ובזמנו .
די טויערן פון זאל וועלן זיך עפענען בשעה ... וואו עס וועט סערווירט ווערן א רייכע מלוה דמלכא לכבוד דוד מלכא משיחא .
הכל בתר ריש " א גריר
הרב ר ' יואל שווארץ שליט " א זון פונעם אומפארגעסליכען תלמיד חכם ונבון הרה " ג רבי פנחס דוד שווארץ ז " ל , וועט מיט זיין רייכע שפראך און בליציגע ריעונות , איינלייטן די מסיבה אלס יושב ראש , וואס וועט צוגעבן צום געשמאק און ארדערנונג פונעם אווענט .
ומרדכי יצא בעטרת זקנים
מיט אנגעשפיצטע אויערן וועלן זיך די טויזענטער משתתפים צוהערן צום
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 169