מייסטערהאפטיגן בעל דרשן ודובב מישרים הרה " ג רבי יהודה מרדכי דייטש שליט " א , ר " מ בישיבה שער ישכר דינוב , וואס וועט באהערט וווערן מיט ' ן נזר זקן השנה , און אלס זיידע פון אייניקלעך אינעם מוסד , וועט ער איבערגעבן ערשטהאנטיגע באריכטן איבער די הצלחה פון די תשב " ר וואס ווערן נתחנך אין די מוסדות הקדושים .
חיי " ם שיש בהם אהבת תלמוד
תורה
מיטן נזר אב השנה וועט באקרוינט ווערן הרה " ח ר ' יוסף חיים סינאי הי " ו זון פון ידיד המסודות וידיד כל בית ישראל הרבני הנגיד המרומם ר ' קלמן סינאי הי " ו , פון די תומכים הנהלבים מיום הוסדה , וואס וועט שילדערן די עבודת הקודש וואס די מנהלים און מחנכים לייגן אריין אין די צאן קדשים מיט א זעלטענע איבערגעגעבענקייט און צוזאמען ארבעט מיט יעדן פון די עלטערן באזונדער .
נשי " א לבני מנש " ה
מיט א חדרת קודש און יראת הכבוד וועט דער ציבור זיך צוהערן צו די דברות קודש ומשא הערב פון כ " ק מרן הגה " צ המפורסם חו " פ רבי מנשה מאיער שליט " א גאב " ד גרינוויל יצ " ו ונשיא המוסדות , וואס וועט ספעציעל קומען צו פליען פון טוסאן אריזאנא -וואו דער רב שליט " א האלט זיך אויף אין די ווינטער וואכן למנוחת הנפש- צו מפאר זיין בראש המסובים און משמיע זיין מאמרותיו בשבח המסודות .
דער רב שליט " א איז פקיע שמי ' פאר עובד ה ' וצדיק נשגב , און איז באקאנט אלס א אויסגערופענער פה מפיק מרגליות , א ירא שמים שדבריו נשמעים .
זייענדיג אדוק ומקושר באילנא דחיי פון איתן אדונינו מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי " ע , פירט דער רב שליט " א די קהלה הקדושה און די מוסדות הקדושים אויפן שביל הזהב פון רבינו
הקדוש מסאטמאר זי " ע , און איז עומד על גבה ברוב אונים ואמיץ כח זיכער צו מאכן אז עס גרינוויל טראגט מיט שטאלץ די סאטמארע חותם , אלס א מקום פון תורה ויראה און גמילות חסדים .
איכה אשא לבדי טרחכם
מיט גרויס אינטערעסע וועט דער עולם זיך צוהערן צו די הארציגע דיבורים פונעם גרינווילע גענעראל הרבני החסיד ר ' משה יצחק איידליס הי " ו ד ע ר דינאמישער אדמיניסטראטאר ומנהל המוסדות וואס אויף זיינע פלייצעס ליגט די גאנצע עול המוסד השכם והערב , און מיט מסירת נפש טראגט ער עס כאשר ישא איש את בנו , מיט די גאנצע איבערגעגבנקייט און נאמנות .
דער גרינווילע גענעראל וועט אדרעסירן דעם מעמד מיט הארטע נומערן און ציפערן , און עפנען די הערצער פון די נדיבים שבעם , מען זאל זיך אנרופן ווארעם מיט שיינע סכומים יותר מכפי היכולת .
איבערהויפט וועט ער ארויסברענגן די פרייעדיגע בשורה אז די חברי וועד הנהלת המסודות האבן גענומען אויף זיך צו מעטשען די פאונדס אויב קומט אריין הונדערט אלפים מזומנים אויפן פלאץ , דעריבער וועט ער אפעלירן צום ציבור מען זאל זיך אנרופן מיט גרעסערע סכומים ויהיו שכרם כפול מן השמים .
חולקין כבוד למלכות
א באזונדערע מאמענט וועט זיין געווידמעט אפצוגעבן כבוד למלכות , וואו מען וועט אויסרופן בכבוד הראוי די הויכגעשעצטע מעיאר סטיוו פילאף יר " ה ואחוזת מרעהו די שטאטישע איסטאנצן וואס מיר זענען חוסים תחת ממשלתם און תלי " ת איז די לב המלכות לטובה עלינו , מיט א גרייטקייט ארויסצוהעלפן מיט אלעם וואס געברויך זיך פאר א אידישע לעבן .
דער היסטארישע פאנעל
די הויכפונקט פונעם נאכט וועט בלי ספק זיין די גאר רייכע פאנעל ווען עס וועט צום ערשטען מאל געגעבן ווערן פאר ' ן ציבור א דורכדרינגליכע אריינבליק אינעם ריזן JCDC האוזינג פראיעקט וואס אינטער איר קערפערשאפט ווערט אצינד אויפגעבויט הונדערטער נייע הייזער אינעם היימישן אידיש ' ן געגענט אין גרינוויל דזשערסי סיטי .
מיט די פאנעל וועט אנפירן דער וועלט בארימטער כאריזמאטישער אינטערוויא ' ער און טאן געבער הרב יצחק שלמה דרעזנער הי " ו וואס וועט אויספרעגן פיר אינגעלייט , טייל וואס האבן מתחילה געדינגן א דירה , און נאכדעם זיך איינגעהאנדלט א אייגענע דאך איבער ' ן קאפ , און טייל וואס האבן גלייך געקויפט , און אויך איינער וואס וואוינט נאך איצט אין ווילאמסבורג און איז נארוואס אריין אין קאנטראקט פאר א נייע הויז אין די פרישע דעוועלעפמענט וואס האלט אט אט ביים ווערן געפארטיגט .
די פאנעל וועט זיין אויסגעשטעלט אויסצוקלארן פאר די פאטענציעלע קונים " זיי זאלן וויסן " פונקטליך וואס עס זענען די אפציעס אויפן טיש , צו קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס פאר זייערע אינטערעסן איידער זיי ציען זיך אריבער קיין גרינוויל .
הזמן קצר והמלאכה מרובה והפועלים זריזים
אין די לעצט פארבליבענע טעג פארן דינער מאכן די עסקנים די לעצטערע הכנות צו קענען אויפנעמען יעדן בכבוד הראוי , און פארשפרעכן בס " ד א רייכע נאכט פון שעות תענוג וקורת רוח .
עס איז ערווארטעט די השתתפות בגוף ובממון פון א קהל לאלפים וואס וועלן שטיצן די מוסדות הקדושים ביד רחבה וברוח נדיבה . ורוח הקודש אומרת כן ירבו .
168
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025