סיפורי צדיקים
אין זכות פון די שבת לייכטער
נישט ווייט פון שטאט בעלזא , איז געזעצן א שטעטל מיטן נאמען גאסטאנין . דארט איז געווען א דארף , אויפן שטייגער פון יענע צייטן , די דארף האט געהערט פאר א בעל הבית וואס מען האט גערופן דער פריץ און ער האט געוועלטיגט אויפן גאנצן שטח , מיט פויערן וואס וואוינען ביי אים און ארבעטן פאר אים . דער דארף האט אריינגענומען אין זיך ריזיגע שטחים פון וועלדער , פעלדער , א גרויסע בראנפן ברענעריי , א האלץ פארבריק און שטאלן מיט קיען און פערדן .
דאס אלעס האט באלאנגט פאר א פריץ א איד ר ’ לייבעלע קאזמעריק , און עס האבן דארט געוואוינט און געארבעט עטליכע צענדליגע משפחות פויערן , וואס האבן געוואוינט אין קליינע הילצערנע הייזקעס מיט שטרוי באדעקטע דעכער .
דער פריץ דער איד האט געוואוינט מיט זיין משפחה
אין דעם גרויסן צוויי שטאקיגן פאלאץ , וואס איז געשטאנען אינמיטן דעם גוט , איינגעטונקען אין גרינע נאדעל-ביימער מיט פראכטפולע בלומען גערטנער פארפלאנצט ארום .
דער אידישער פריץ , איז געווען זייער באליבט ביי זיינע פויערן . ווען ער פלעגט נאר ארויספארן פון פאלאץ מיט זיין פריצ ’ ישער קארעטע , צו באקוקן די וועלדער , אדער ווען ער איז ארויסגעגאנגען צופיס אויף א שפאציר איבערן דארף , זענען די פויערן שנעל ארויס פון די הייזקעס צוזאמען מיט די פאמיליעס , זיך פארנויגט און געבויגן אלס צייכן פון ערפורכט פארן געערטן פריץ , זייער פאטער און באשיצער .
נישט אומזיסט האבן די פויערן אזוי ליב געהאט און געשעצט זייער פריץ . דער פריץ האט זיך באנומען אויסנאם פיין צו זיי , ער האט זיי קיינמאל נישט
February 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE 155