2 19 25 | Page 154

א שמחה אין דארף
אן ארימער יוגנט
געפייניגט און געשמיסן , ווי דער שטייגער פון די פריצים יענע צייט איז געווען .
אויב האט זיך געמאכט א קראנק קינד ביי א פויער , האט דער פריץ געשיקט זיין הויף דאקטאר צו באהאנדלען דאס קינד . אין די ווינטער האט ער געגעבן גענוג און נאך האלץ צו באהייצן זייערע הייזקעס , די פויערן זאלן זיין גוט ווארעם אין די פראסטיגע נעכט . אזוי אויך האט ער זיך כסדר אויסגעשמועסט מיט די פויערן און זיך אינטערעסירט אין זייער לאגע .
דערפאר , ווען עס האט זיך געמאכט א שמחה אין פאלאץ , אדער אז עס איז קראנק געווארן איינער פון דעם פריצ ’ נס משפחה , האט דער גאנצער דארף מיטגעלעבט דערמיט , זיי האבן מיטגעפילט מיטן גאנצן הארצן די פרייד און טרויער פון דער פריצ ’ ישער משפחה .
“ נישטא קיין גלייכן צו אונזער פריץ !” האבן די פויערן אויסגערימט זייער פריץ פאר חברים , פויערן פון די אנדערע דערפער אינעם געגנט .
א שמחה אין דארף
עס איז געווען יענע טאג , ווען אין דארף האט באזונדער געפיבערט . ביים אריינגאנג צום דארף האבן פויערן געהארעוועט אויפצושטעלן א טויער באפוצט מיט גרינס און בלומען . יונגע שקצים האבן זיך אוועקגעלאזט צו דער טייך כאפן לעבעדיגע פיש פאר דעם פאלאץ . פויערטעס האבן באפוצט זייערע הייזקעס אינדרויסן מיט בלומען וואזעס . די פריצ ’ ישע קארעטע האט מען כסדר געזען פארן אהין און צוריק צו דער נאנסטער באן סטאנציע , געברענגט געסט פון אן אנקומענדיגן באן און זיי אפגעברענגט אין פאלאץ גארטן . איבער ’ ן גאנצן דארף האט געשוועבט אן אויפהייטערטע פייערליכע שטימונג .
און עס איז טאקע געווען א גרויסער יום טוב . דער אידישער רייכער “ פריץ ”, ר ’ לייבעלע קאזמעריק , האט זיך געגרייט צו חתונה מאכן זיין עלטסטע טאכטער , מיט ’ ן עילוי ר ’ יואליש סופר , דעם זון פונעם קראקעווער רב רבי שמעון סופר זי ’’ ע .
דער מחותן ר ’ לייבל קאזמעריק האט געשיינט פון גליק . עפעס א קלייניגקייט , ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט ’ ן קראקעווער רב ! ער האט זיך ארומגעדרייט אין פאדער זאל פונעם פאלאץ און אויפגענומען די געסט . און די געסט זענען נישט געווען סתם געסט , דאס זענען געווען פון די גרעסטע צדיקים פונעם דור ; ר ’ יחיאל מאיר , דער גאסטאנינער גוטער
איד , רבי אברהמ ’ לע טשעכאנאווער מיט די קינדער , דער מיטעלער וואורקער רבי , דער פרעשבורגער רב , און נאך פילע רבנים און דיינים פון איבערן גאנצן לאנד .
די חופה איז פארגעקומען מיט גרויס דערהויבנקייט אין דעם פרעכטיגן גארטן פונעם פאלאץ . דער גאסטאנינער צדיק איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין .
נאך דער חופה האבן זיך ברייט געעפנט די טויערן פון דעם גרויסן אויפנאם זאל , דארט זענען שוין געשטאנען געגרייטע טישן צו דער חתונה סעודה .
ווען דער עולם איז אריין אין גרויסן זאל , זענען זיי דערשטוינט געווארן פון דעם רייכטום און פראכט וואס זיי האבן דארט דערזען . אפילו דער מחותן , דער קראקעווער רב אליין , האט זיך ארומגעקוקט מיט וואונדער אויף די פראכטפולע מעבל , גאלד און זילבער שטיקער , וואס האבן געפינקלט פון אלע ווינקלען .
אן ארימער יוגנט
זעענדיג זיין וואונדער , האט זיך ר ’ לייב קאזמעריק אנגערופן צום קראקעווער רב , ” מחותן , איר ווילט דאך אוודאי וויסן מיט וואס איך האב זוכה געווען צו אזא רייכטום ? דאס איז מיר אלץ געקומען אדאנק א פאר שבת לייכטערס .“
און ער האט אנגעהויבן דערציילן די געשיכטע .
ער , ר ’ לייב , איז געבוירן געווארן אין שטעטל אזארקאוו נעבן דעם גרויסן שטאט לאדזש , ביי פרומע ערליכע עלטערן . זיינע עלטערן זענען אבער געווען ביטער ארים . פון יונגווייז אן האט ער געליטן הונגער און נויט , און אפילו נישט געטראגן א נארמאלן מלבוש אויפן קערפער .
קיין גרויסער למדן איז ער נישט געוואקסן , מילד גערעדט . צו דער בר מצוה , האט ער קוים געקענט א פרשה חומש און א פרק משניות .
נאך זיין בר מצוה , האט אים דער פאטער געוואלט שיקן לערנען אין א ישיבה , עס זאל עפעס אויסוואקסן פון אים א שטיקל יודע ספר . לייבל האט אבער נישט געוואלט הערן פון דעם .
“ גענוג הונגער געליטן !” האט ער גע ’ טענה ’ ט צום פארצווייפלטן פאטער . ” איך וועל שוין קיין גאון נישט זיין ! איך וויל ארויסגיין אין מארק , האנדלען , און פארדינען געלט פאר מיינע געברויכן , און פאר אייך
154
SHOPPERS ROUTE February 19 , 2025