12 4 24 | Page 99

ליינער רעאגירן ...

פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
אויב האט איר עפעס צוצולייגן , באמערקן , אדער אנפרעגן איבער איינע פון די פארגאנגענע ארטיקלען וועלכע זענען ערשינען אין די , Shopper ' s Route דאן שיקט צו : Email : nt @ theshoppersroute . com Text : 917.300.9058
* געדענקט צו שרייבן פון וועלכע וואך עס איז , און די נאמען פון די ארטיקל פון וואס איר רעדט .
ארטיקל : גרינגע איבונגען פרשת חיי שרה א גוטן . איך מוז אייך באדאנקען פאר די גרינגע איבונג ארטיקל . עס איז ממש אויסנאם איך קען קוים ווארטן עס אויסצופרובירן . איך האב אנגעפאנגען א דיעטע נישט לאנג צוריק און עקסערסייז האב איך נאכנישט אנגעפאנגען צו טון . איך ווייס אז עס העלפט זייער ווען מען טוט ביידע אינאיינעם און פונקט יעצט האב איך אנגעהויבן צו טראכטן אז איך דארף מאכן עקסערסייז קודם פאר א האלבע מינוט און נאכדעם פאר א גאנצע מינוט , אבער מיט אזעלכע קלארע אנווייזונגען מיין איך אז איך פאנג עס שוין מארגן אן , אדער אפשר אפילו היינט . שכח .
) - (
! Wow ! Wow ! Wow עס איז נישט צום גלויבן וויאזוי אזעלכע קאמפליצירטע נושאים ווערן אראפגעבראכן מיט אזא פשטות און קלארקייט אזש עס וויל זיך נאר אויספירן . סיי דורך די אינטערוויוס ווי מען באקומט אזעלכע פראקטישע און וויכטיגע אינפארמאציע וואך נאך וואך , און די " אלעס ארום " ארטיקלען וועלכע צעברעכן יעדע זאך און אפערט אזויפיל אינפארמאציע ! כ ' ווייס נישט וויאזוי איך בין אמאל אנגעגאנגען אן די ארטיקלען ! אזוי ברענגט עס ארויף געוויסע פארמעסטונגען וואס איך פלעג מיינען אז איך בין די איינציגסטע וואס ליידט דערפון , די שמועס פון איבערוואגיגע קינדער למשל , און emotional eating האט מיר באמת געמאכט שפירן אז
איך בין נישט אליין אין קאמף חוץ פון דעם אז עס האט מיר געגעבן א געוואלד פון אינספאראציע !
א גרויסן דאנק ש . ג
ארטיקל : דער כח פון א גוט ווארט
פרשת וירא I greatly appreciate the tochan and torah true values of your weekly stories while you do not compromise on the quality of writing . This week ' s story , Der koach fin a git vort by H . Rubin , was especially a winner in all areas ! Well written , !! beautiful and oh so inspiring
Thank you ) - (
ארטיקל : approaches weightloss פרשת נח
Hello , I want to comment on the articles written on diet and eating habits . It ’ s something that is very much appreciated and talks to everyone likewise . It addressed all ages and stages . I want . to ask you to continue on this rhythm
Thanks ) - (
איך וואלט געוואלט בעטן אויב איר קענט אויף עפעס א וועג פובלישען אדער ארויסגעבן אייערע ארטיקלען אין איין בוקלעט . ווייל צומאל פאסירט אז איך איך האב פונקט נישט קיין צייט און איך פארפאס א מעשה אדער אן ארטיקל , און נאכדעם טרעפ איך מער
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 99