12 4 24 | Page 98

נישט די . Shopper ' s Route אזוי אויך , איז אסאך מאל דא זאכן אין די neighborly talk און אזוי אויך אין ח . גראס ' ס ארטיקלען וואס זענען גאר נוצליך און העלפבאר און איך וויל עס האבן ביי די האנט פאר ווען איך דארף עס .
יישר כח
) - ( ענטפער : עס וואלט געווען א גוטע געדאנק טאקע צו טון וויאזוי איר עצה ' ט , אבער אויף ביז דערווייל , אדער אויב ס ' פאסירט נישט צום סוף , וואלט אפשר געווען א לעזונג אז איר זאלט די ערשטע זאך ארויסשניידן די ארטיקלען פונעם אויסגאבע איידער עס ווערט פארשוואונדן , און אליינס צוזאמקלעבן א בוך דערפון .
ארטיקל : יענעמ ' ס שמחה איז מיין פרייד יום כיפור די אפקלאנג פון די מחילה מעשה האט זיך נאכאלץ נישט אפגעשטעלט . איך האב עס נארוואס גענוצט צו שלום מאכן צווישן מיין זון און זיין חבר . איך וויל זיך באזונדער באדאנקען פאר ה . רובין פאר ' ן צושטעלן די מורא ' דיגע מעשה .
) - (
ארטיקל : בזכות נשים צדקניות חיי שרה איך בין נישט פון די מענטשן וואס קריטיקירן , אבער דאך וויל איך ארויסברענגען מיין אויפברויז אויף די " זכות נשים צדקניות " מעשה . מיר לעבן היינט אין א דור פון סגולות , און אין א וועלט וואו מיר פראדוצירן ישועות . לויט מיין מיינונג איז עס נישט אויסגעהאלטן אנצוווייזן אז " די " קבלה האט געברענגט " די " ישועה . למעשה זענען מיר נישט אין הימל , און ווער זענען אונז צו באשליסן ? נאכמער , איינער וואס ליינט די מעשה און וועט פרובירן עס צו טון אין איר לעבן , און וועט נישט זוכה זיין צו זען א נס , וואס וועט דאן געשען ? דערפאר דארף מען זיין פארזיכטיג נישט צו פארפירן די ליינער . מיט האפענונג אז איר וועט אננעמען מיינע רייד מיט פארשטענדעניש .
ענטפער : ישר כח פאר אייער אויפמערקזאם . מיר ווילן טאקע נוצן די געלעגנהייט קלארצושטעלן אז כלל ישראל זוכט נישט קיין " ישועות מאשין ", מיר זענען מאמינים בני מאמינים און מיר גלייבן אז מיט יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען ברענגען מיר אראפ השפעות . אמאל זענען מיר זוכה צו זען ווי די השפעות שפילן זיך אויס אין אונזער לעבן און אמאל נישט , דאס איז איינע פון די אפטייטשן פון די הסתר פנים אין וואס מיר געפינען זיך . ווען עס רעדט זיך אבער פון א געוויסע מעשה אדער עפיסאד וואו מען זעט קלאר דעם מדה כנגד מדה איז עס א מצוה זיך צו שטארקן אין די אמונה און ארויסנעמען דערפון אז יא , יעדע גוטע אקט ברענגט גוטע רעזולטאטן אפילו מען זעט עס נישט .
Winter is here ! But that doesn ' t mean you need to suffer from all the blues that come along with it . Forever bee propolis a natural antibiotic antiviral and amazing immune booster has helped many get rid of constant colds coughs recurring strep and flu . Call 718-924-9327 Recommended by professionals
98 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024