מקבל געווען פון רבי ' ן ! צו מחזק זיין די מוסרי הנפש בגוף ובממון ! דערלאַ נגען די מאַ כטפולסטע חיזוק ועידוד אין זייער הייליגן קאַ מף אָ פּצוראַ טעווען די דורות אין ארה " ק ! צו מרומם זיין קרן חינוך הטהור לרום מעלה ! להוקיר פעלם ביתר שאת ועוז למען קיום היהדות בארה " ק !
ויצא
מיט ענטוזיאַ סטישע פייערליכע התרגשות איז אויפגענומען געווארן די בשורה , איבער די היסטאָ רישע " מסע חינוך הטהור ", פון די הונדערטער מוסרי הגוף והנפש , מנהלי המוסדות על טהרת הקודש ברחבי ארה " ק , וועלכע וועלן אי " ה אַ רויסקומען צום הייליגער עצרת כבוד שמים " כינוס חסידי סאַ טמאַ ר " במקהלות רבבות ביום כ " א כסלו אין גיגאַ נטישער בארקלעיס סענטער , ווען מ ' טוט אָ פּצייכענען 80 יאָ ר פון יום הצלת רביה " ק זי " ע .
די מנהלי המוסדות וועלן בעז " ה אָ נקומען אין די טעג בעפאָ ר כ " א כסלו ; לכבודם הרמה וועט ווערן אָ פּגעראָ כטן פייערליכע מעמדי קבלת פנים אין אלע צענטראַ לע שטעט , וואו רבבות פון די בני יהדות החרדית וועלן אַ רויסקומען לחוצות העיר אָ פּצוגעבן חיזוק למקדשי השם . מ ' וועט הערן פייערדיגע דרשות און עדות נאמנה דורך די מקדשי השם , צו מיטלעבן די אומבאַ גרייפליכע מסירות נפש וואָ ס זיי גייען אַ ריבער .
הנה יומה הגדול של היהדות החרדית בא !
די היסטאָ רישע " מסע חינוך הטהור " קומט צושטאַ נד ע " פ פקודת הקודש פון עטרת ראשינו כ " ק מרן רבינו שליט " א מגן חינוך הטהור , וועלכער האָ ט איבערגעגעבן דעת קדשו הברורה , אַ ז אין אַ זאַ זמן ווען רבוא רבבות תלמידיו ותלמידי תלמידיו קומען זיך צונויף לחזור ולשנן ירושת רביה " ק זי " ע , איז דער זמן גרמא , צו איבער ' חזר ' ן און איבערגעבן פאַ ר די פרישע דורות אשר לא ידע את יוסף , דאָ ס וואָ ס איז געשטאַ נען אויפ ' ן שפּיץ פון דעם רבינ ' ס לויטערע האַ רץ כל ימיו !
אין אַ זאַ צייט ווען תלמידי רביה " ק זי " ע וועלן אָ פּגעבן אַ שבח והודי ' אויף הצלת רביה " ק זי " ע , וועט מען בהאי שעתא אַ רויסברענגען די אמת ' דיגע תקפו של נס , ווען דער רבוש " ע האָ ט איבערגעלאָ זט דעם צדיק הדורות אָ פּצוראַ טעווען אונזער דור , און מיר וועלן איבער ' חזר ' ן דאָ ס וואָ ס איז געגאַ נגען בנפשו ולבבו פונעם רבי ' ן !
צו דעם צוועק וועט מען אַ רויסברענגען די בעלי מסירות נפש וואָ ס פירן אָ ן מיט די מוסדות הקדושים אין ארה " ק , מיט בלוט און שווייס לקיים את הילד הזה !
גאַ נץ סאַ טמאַ ר וועט מיטלעבן זייער אומבאַ גרייפליכע מסירות נפש !
ביום כ " א כסלו תשפ " ה וועט זיך איבערשפּילן דאָ ס וואָס די עלטערע דור האָ בן מיטגעלעבט ביים היסטאָ רישן התייסדות פון " קרן הצלה "! עס וועט פּאַ סירן אַ שטוינענדע מהפּיכה בקרב אנשי שלומינו !
צו פאַ רשטיין וואָ ס עס מיינט " סאַ טמאַ ר "! באַ גרייפן וואָס עס באַ דייט אַ ז דאָ ס איז געשטאַ נען אויפ ' ן שפּיץ פון רבינ ' ס הייליגע לעבנסטעג ! צו אַ נערקענען די אומגלויבליכע מסירות נפש וואָ ס די מקדשי השם גייען אַ ריבער טאָג טעגליך ! דאָ ס וועט בעז " ה אויפלאַ מען אויף אויפשטורעמען גאַ נץ סאַ טמאַ ר ! צו גיין אויף די ריכטיגע וועגן וואָ ס מיר האָ בן
כ " ק אדמו " ר מפאפא - קינדער זאלן אנטוהן קאשקעטלעך שבת ויו " ט
אין אן היסטארישן שריט האט כ " ק אדמו " ר מפאפא געבעטן אז מהיום והלאה זאל ' ן די קינדער פון חסידי פאפא אנטוהן קאשקעטלעך שבת ויו " ט כנהוג אין אנדערע מקומות , די רבי האט גערעדט אין היכל הכולל און נאכגעזאגט פון הרה " ק מבעלזא זי " ע וואס האט געזאגט אז עס האט א חן , אויב אזוי האט די רבי אויסגעפירט זאל ' ן זיך די עלטרען רעכנען דערמיט . דאס איז אן היסטארישע שריט און עס וועט זיכער מאכן א טויש אין די צורה פון וויליאמסבורג אין שבת ויו " ט נאכדעם וואס אזא גרויסע קהילה אין וויליאמסבורג וועלן קינדער אנהייבן גייען מיט קאשקעטעלעך ..
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 177