12 4 24 | Page 176

האדמו " ר מקאסוב וועט פראווענען א ערשטמאליגע שבת אין וויליאמסבורג
שטייענדיג א האלבע יאר נאך וואס כ " ק אדמו " ר מקאסוב שליט " א איז נתעלה געווארן בכתר האדמורו " ת , גרייט מען זיך אצינד צום ערשטמאליגן שבת וואס דער רבי שליט " א וועט פראווענען אין שטאט וויליאמסבורג , וואו עס איז פארהאן א שיינע קאסובער קהילה , אין שפיץ פונעם רב הקהילה הגה " צ ר ' משה האגער שליט " א בן כ " ק אדמו " ר מקאסוב זצ " ל .
זינט די בית המדרש איז געעפנט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק , האט כ " ק אדמו " ר מקאסוב זצ " ל געפראוועט דארט עטליכע שבתים בקרב חסידיו , אצינד האבן די חסידים פארבעטן דעם רבי ' ן צו ממשיך זיין דעם מנהג , און אויך קומען פראווענען א שבת אינעם עיר ואם בישראל , לשמחת לבם פון די חסידים תושבי העיר .
לשובע ולא לרזון
אין די טעג האט זיך געעפענט די נייע רבי ישעי ׳לעס קיך אין נארט מאימי ביטש , האדמו " ר מסאטמאר וואס וויילט דארט אויף מנוחת הנפש איז אריבערגעקומען און געפראוועט א לחיים לכבוד די גרינדונג פונעם קיך .
הויכראנגיגע באאמטע אין זיין אדמיניסטראציע האבן איר פארשיקט , און אויך דאס האט נישט פאסירט אנהייב , ווען מען האט איר בלויז באשטראפט אויף א מינדערוויכטיגע פארנעם , הערשט ווען די אינצידענט איז פארשפרייט געווארן אין פאבליק , האבן די באאמטע איר אויפגעזאגט פון איר אמט .
עם טי עי האט בטעות ארויסגעשיקט פילע פארקינג טיקעטס
די עם טי עי אגענטור טוט זיך אנטשולדיגן נאך א ערנסטע טעות , ווען די אגענטור האט ארויסגעשיקט אטאמאטישע פארקינג טיקעטס אן קיין פארלעצונג , שאפנדיג א ערנסטע פראגע אויף זייער סיסטעם .
ווי באריכטעט איז געווארן איינגעשטעלט א נייע סיסטעם מיט עטליכע חדשים צוריק , ווען פארשידענע באס רוטס פארמאגן ספעציעלע עי איי קאמערעס אויף די באסעס , און עס ווערט פארצייכנט פארקינג טיקעטס פאר פארלעצער וואס בלאקירן די באס ליניעס אדער זענען געפארקט דארט אומלעגאל .
אצינד האט זיך אויסגעשטעלט אז פילע מענטשן האבן ערהאלטן פארקינג טיקעטס וואס איז געשיקט געווארן דורך די אטאמאטישע סיסטעם , אבער אויך אויף די באס ליניעס וואו עס איז נאכנישט אפיציעל אהערגעשטעלט די סיסטעם , און איז בלויז אונטער א ווארענונג סיגנאל .
די אפיציעלע שטעלונג איז אז א מענטש דארף איבערקוקן יעדע טיקעט בעפאר עס ווערט ארויסגעשיקט , און דאס שטעלט א הארבע פראגע וויאזוי די טעות האט געקענט פאסירן . אלנפאלס האט די אגענטור געמאלדן אז זיי טוען צוריקדרייען די אלע טיקעטס און מען דארף גארנישט טון דערצו .
אסטראליע – סאושעל מידיע פארבאט פאר קינדער אונטער 16
אין די לעצטיגע קאמף וואס זעהט זיך אן אין די אלגעמיינע וועלט קעגן די טעכנעלאגישע געפאר פאר יונגע קינדער , איז אצינד באשטעטיגט געווארן א דראסטישע געזעץ אין אסטראליע , וואס טוט פארבאטן סיי וועלכע סאושעל מידיע צוטריט פאר קינדער אונטער זעכצן יאר .
עדעמס אדמיניסטראציע ארבעטער אויפגעזאגט צוליב אנטיסעמיטיזם
א ארבעטער אין די עדעמס אדמיניסטראציע אין ניו יארק סיטי , איז געווארן אויפגעזאגט פון איר פאסטן אן באקומען אפטרעט געלט , נאך וואס זי האט אראפגעריסן א שילד אין מאנהעטן איבער א מדינת ישראל משכון וואס איז פארכאפט אין עזה .
לויט א באריכט פון די אדמיניסטראציע , איז מעיאר עדעמס זעלבסט נישט געווען פארמישט דערין , נאר די
א צאל געזעצן זענען שוין אויפגעברענגט געווארן דערוועגן אין פארשידענע אמעריקאנער שטאטן , איבער דאס באגרעניצן צוטריט צו טעכנעלאגיע פאר יונגע קינדער , אבער צו גיין אויף אזוי ווייט צו פולקאם שטעלן א פארבאט פאר יונגע קינדער אונטער זעכצן יאר זיך צו באנוצן מיט סאושעל מידיע , איז אסטראליע דער ערשטער אין די רייע . געזעצגעבער אין לאנד האבן אצינד באשטעטיגט דעם געזעץ , און עס שטעלט אויך ארויף א פארלאנג אויף סאושעל מידיע קאמפאניס צו אויפקומען מיט פארשידענע וועגן וויאזוי דאס אויסצופירן .
176 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024