4
▪
4
גוט מיט יעדן נאר נישט מיט משפחה
אמאליגע בדחנים פלעגן דערציילן אט די איראנישע געשיכטעלע ; א פרוי , א פארפארעטע מאמע פון א קינדער-געבענטשטע שטוב , האט זיך זייער געמוטשעט מיט איר מאן וועלכע האט בשום אופן נישט געהאלטן ביים צולייגן א האנט צו די שטוב ווערטשאפט . וויפיל זי האט געבעטן האט ער זיך שטענדיג ארויסגעדרייט .
האט אמאל פאסירט אז זי איז מיד געווארן פון זיך ספראווענען מיט די שטוב ארבעט , און באשלאסן אז זי מוז אביסל זיך אויסלופטערן דורכ ' ן גיין שאפינג און זיך צייטווייליג ארויסזען פון איר קאשמאר .
וויבאלד אינדרויסן איז געפאלן א שווערע רעגן האט זי אנגערופן די באקאנטע וואוילטעטיגע ארגאנאזאציע " חסד " פרעגנדיג אויב זיי קענען איר צושטעלן א קאר , מאכנ ' דיג א חשבון אז פארוואס דארף מען ווארטן אז זי זאל דארפן אנקומען אין שפיטאל א צוזאמגעבראכענע ווען מ ' קען איר העלפן בלייבן געזונט ? דער דיספעטשער האט פארשטאנען די סוטואציע און ער האט גלייך אהינגעשיקט א יונגערמאן .
פונדערווייטנס האט זיך שוין דערקענט דער סימבאל פון די ארגאניזיציע און ווען דער קאר האט געפיפן ווינקנדיג פאר די פרוי זי זאל אריינקומען , איז זי געבליבן שטיין געפלעפט . ווייל דער דרייווער איז נישט געווען קיין צווייטער ווי איר חשוב ' ער מאן .
▪
די סארט געשיכטע איז ליידער א טאג טעגליכע
ערשיינונג , און נישט דווקא בלויז צווישן א מאן און א פרוי . מען טרעפט גאנץ אפט מענטשן וואס אויף דער גאס האבן זיי גאנץ אסאך גוטע פריינט און א הייסן א געשמאקע מענטש , אבער ווי נאר זיי טרעטן איבער די שוועל פון זייער אייגענע שטוב ווערט די שמייכל פארשוואונדן , די פנים באקומט גאנץ אן אנדערע קאליר און דער טאן ווערט גענצליך געטוישט . עס איז בכלל נישט צו דערקענען אז עס איז דער זעלבער מענטש וואס האט מיט עטליכע מינוט געפירט א זאפטיגע שמועס מיט א גוטע פריינט .
נאכמער , צומאל שטעלט זיך ארויס אז די זעלבע מענטשן וואס קענען אהערשטעלן גאר שיינע צדקה אקציעס פאר נויטבאדערפנדע , קאכן מאכלים פאר אנדערע , אדער טון סיי וועלכע שווערע אונטערנעמונג וואס פאדערט אומגעהוירע פיזישע און גייסטישע כוחות , וועלן נישט קענען דורכפירן די זעלבע זאכן פאר זייער נאנטע משפחה מיטגלידער .
און דא שטעלט זיך די פראגע ' אויב האט יענער יא א געפיל צו טון חסד און גוט ' ס , אדער זאגן א גוט ווארט , און ווייסט יא וויאזוי אהערצושטעלן חסד אקציעס , פארוואס פונקט ווען עס קומט צו די אייגענע משפחה , וואו עס איז צומאל אסאך וויכטיגער , פארוואס דארט באווייזט ער עס נישט ?
די תורה פאדערט דאך פון אונז , " ומבשרך אל תתעלם " - פון דיין אייגן בלוט און פלייש זאלסטו זיך נישט פארהוילן און צומאכן די אויגן ווי גלייך דו זעסט נישט .
December 4 , 2024 SHOPPERS ROUTE 129