12 4 24 | Page 128

פארוואס קומט אן אזוי שווער פשוט צו טון " חסד ▪ אינדערהיים " פאר אזויפיל פון אונז ?
שיעורים על שלום בית : 718.970.7775
שיעורים על ש " ס : 718.400.7887
אפיס : 718.812.7019
הרב יקותיאל אלימלך
פריעדמאן שליט " א
פארוואס קומט אן אזוי שווער פשוט צו טון " חסד ▪ אינדערהיים " פאר אזויפיל פון אונז ?
פאלגנד איז אן ערקלערונג אויף די ברייטע נושא :
עס זענען דא צוויי ווערטער וואס מען נוצט צו באטיטלען גוטס וואס מען טוט מיט א צווייטן ; " חסד " און " רחמים ". אויבנאויף איז די טייטש פון ביידע גאר ענליך . אבער מיר ווייסן אז יעדע לשון קודש ווארט ענהאלט א באזונדערע טיפע באדייט .
דאן וואס איז דער אמת ' ע אפטייטש פון די צוויי ווערטער ? אט הערט , רחמים איז פשט " איך האב רחמנות געפילן , איך זע ווי יענער איז טיף אין די ערד און איך בייג זיך אראפ און שלעפ אים ארויס פון זיין בלאטע ". דאקעגן חסד מיינט , " איך זע אז פאר יענעם גייט גוט און איך האב הנאה און איך פריי זיך מיט מיט יענעם און איך בין גרייט ארויסצוהעלפן מיט וואס ער דארף ".
זייער אסאך מענטשן זענען גרויסע בעלי רחמנות . דאס איז דאך איינע פון סימנים פון א אידיש קינד . דער מאנגל וועט מען בעיקר טרעפן ביי חסד .
אין סידורו של שבת ווערט געברענגט אז מיט דעם האט אליעזר עבד אברהם געפרואווט רבקה אמינו . ער האט געווארט צו זען אויב זי וועט אים פארשלאגן צו געבן וואסער אויך פאר די קעמלען . ווייל צו געבן וואסער פאר א דורשטיגער , איז אן אקט פון רחמים , אבער צו געבן וואסער פאר קעמלען שפירט מען שוין נישט " אז יענער מוז ממש צוקומען צו מיר ", און דאס איז שוין אסאך שווערער .
און אליעזר האט זיך געוואלט איבערצייגן אז זי פארמאגט אויך די יסודות ' דיגע מידה פון חסד .
ווי באקאנט , האט זיך אברהם אבינו אויסגעצייכנט אין מידת החסד . חז " ל זאגן אונז אז דער סוף פון גלות וועט קומען צוליב אט די מידה , ווי עס שטייט , " בך חותמין "- מיט דיין מידה ( די מידה פון חסד פון אברהם אבינו ) וועט מען מסיים זיין די גלות .
פארוואס איז דאס אזוי ?
ווייל ביי רחמים , שפירט זיך דער מענטש ווי א " יש ", ער שטייט פון אויבן און העלפט עמיצער וואס איז נידריגער ווי אים , און דער העלפער שפירט זיך ווי ער ערפילט די ראלע פון א מלאך המושיע .
אבער ווען עס קומט צו חסד , פעלט די חלק פון זיך פילן העכער ווי יענעם . פארקערט , יענער קען אפילו שטיין בעסער ווי דער מענטש וואס דארף אים העלפן אדער פארגינען . אדער שפירט מען נישט אז מען וועט אויפטון גרויסע זאכן מיט דעם אז מען וועט צולייגן א האנט יענעם צו העלפן .
דאס קומט אונז לערנען , אז ווען מ ' טוט אן אקט פון אמת ' ע חסד , א שטייגער ווי ; כאפן א געשמאקע שמועס מיט נאנטע ; זיך פרייען מיט איינעמ ' ס סוקסעס ; ארויסהעלפן איינער וואס איז נישט ממש א נויטבאדערפנדע , א . א . וו . ברענגט עס נענטער די גאולה שלימה . און אויף א באזונדערע נאטיץ , וואס דאס איז אייגנטליך די ציל פון די ארטיקל , בויט עס אויף א געזונטע קאמיוניקעשאן צווישן מענטשן .
128 SHOPPERS ROUTE December 4 , 2024