11 6 24 | Page 80

שמות , מוז איך איבערגעבן מיין שעצונג אויף דעם וואס איך האב באמערקט אז אין די מעשה שהיה פון ' ברענג אריין די ברכה ' האט איר זיכער געמאכט צו פארווישן די ווערטער עס זאל נישט זיין קיין מכשול . איך בין באמת נתפעל ווי איר געבט אכטונג אויף די קליינע דעטאלן .
) - (
ארטיקל : מיינע ליפן וועלן דערציילן דיין לויב סוכות איך וויל זיך באדאנקען פאר ר ' ברוך יודא גאנץ פאר ' ן זיין גרייט צו פארעפנטליכן זיין מורא ' דיגע געשיכטע . פיל מאל זענען דא מענטשן וואס האבן זוכה געווען צו אפענע ניסים אבער האלטן זיך צוריק פאר סיי וועלכע סיבה ארויסצוקומען צום ציבור צו דערציילן זייער נס . עס איז עכט א שאד אויף די אלע מעשיות פון אפענע יד השם וואס בלייבט אומבאקאנט .
מרדכי צ .
איך וויל פערזענליך באגריסן ח . גראס . איך אליין בין א שרייבערין , און ארבעט שווער איבער מיינע ארטיקלען , און אזוי אויך האב איך ליב צו ליינען א צווייטנס ארבעט צו זען וואס איך קען מיך דערלערנען אדער וואס איך זאל נישט טון . ח . גראס , אייער טאלאנט שרייט מיט די העכסטע קולות ! אייער קלארע , הומארישע , לייכטע און פראקטישע פעדער איז א זעלטענע צוזאמשטעל .
Shopper ' s Route איז מזל ' דיג פאר ' ן אייך האבן אלץ שרייבערין !
פ . גאלד
א גרויסן יישר כח פאר די אינטערוויו מיט תאניא , עס האט געהאט אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע .
איין זאך וואס האט מיר אביסל געשטערט , איז איך שפיר אז עס איז נישט ריכטיג צו באטיטלען מענטשן וואס זענען איבערוואגיג אז עס קומט פון זיך אסאך אנעסן . דאס קען זיין אמת פאר געוויסע מענטשן , אבער זיכער נישט אלע . דוקא די מענטשן וואס מוטשען זיך מיט זיין איבערוואגיג , זענען אפטמאל סאך מער aware פון געזונט און פון די ריזיקע פון עסן צו סאך . מען זעהט ביי קינדער , אז דוקא די קינדער וואס קומען מיט ריזיגע פעקלעך נאשערייען אין סקול און עסן זיך אן מיט junk זענען מער אפט די דארע קינדער .
עס איז נישט גערעכט צו באטיטלען אלע איבערוואגיגע מענטשן אז די פראבלעם איז אז זיי קענען זיך נישט קאנטראלירן און עסן צו סאך . די סיבות דערפאר זענען סאך טיפער און פארשידנארטיג .
Thank
you
so
much
for
the
big
Sukkos
magazine . It was
a big hit !
Thanks for all the wonderful m a t e r i a l y o u p r o v i d e week after week . We enjoy each and every column :
the interviews , the serial , … and we never סיפורי צדיקים miss a single Sudoku !
80 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024