ליינער רעאגירן ...
פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
ברוכים הבאים צו די נייע קאלום ! אויב האט איר עפעס צוצולייגן , באמערקן , אדער אנפרעגן איבער איינע פון די פארגאנגענע ארטיקלען וועלכע זענען ערשינען אין די
, Shopper ' s Route דאן שיקט אן עימעיל צו די וועגן אריינצושיקן זענען : Phone / Text : 917.300.9058 Email : nt @ theshoppersroute . com
* געדענקט צו שרייבן פון וועלכע וואך עס איז , און די נאמען פון די ארטיקל פון וואס איר רעדט .
ארטיקל : רחל ' ע סוכות אויסגאבע די מעשה פון רחל ' ע האט געלאזט אויף מיר א געוואלדיגע רושם . דער אמת איז אז צוערשט האט מיר עס אריינגעפירט אין א טראומע האבנ ' דיג מיטגעלעבט אזא מעשה פונדערנאנט . שפעטער אבער , האב איך זיך געפרייט אז איך האב עס געליינט . עס האט מ י ר געעפנט א נייע קוק-ווינקל אויף די גאנצע פרשה . יישר כח מ . רייך !
מרת . פריעדמאן .
ארטיקל : אינטערוויו מיט
Tanya Rosen פרשת נח די אינטערוויו איז געווען מורא ' דיג נוצבאר ! אסאך פון די זאכן וואס Tanya האט געזאגט האב איך שוין געוואוסט אבער איך האב ליב געהאט עס צו הערן פון א פראפעסיענאל און זיך איבערצייגן אז די וויכטיגקייט פון טרינקען וואסער און עס אסאך סאלאט איז נישט סתם אבי גערעדט .
ב . ד .
איך בין זייער דאנקבאר אז מען האט אויסגעוועלט צו רעדן פון די וואג און דיעטע נושא . איך האב געוואלט בעטן אויב מען קען ווידמען אן ארטיקל איבער עקסערסייז . יישר כח .
ל . ווייס .
ארטיקל : ליינער רעאגירן שוין לאנג וואס איך האב געוואלט אויסדרוקן מיין הכרת הטוב פאר ' ן אהערשטעלן אזעלכע תוכנ ' דיגע ארטיקלען . יעדע פון אייער ארטיקלען איז אן עקסטערע אוצר און העלפט ממש פאר די טאג טעגליכע לעבן . יעצט אז איר האט אנגעהויבן מיט די אפיציעלע קאלום האב איך ענדליך גענומען די צייט זיך צו פארבינדן מיט אייך און זיך באדאנקען .
א צופרידענע ליינערין
ארטיקל : ברענג אריין די ברכה פרשת נח אלץ איינער וואס איז ספעציעל סענסעטיוו ווען עס קומט צו
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 79