11 6 24 | Page 181

מען זאָ‏ ל אָ‏ נהאַ‏ לטן דעם מסורת האבות
גאָ‏ ר א שטאַ‏ רקן רושם אויפ ׳ ן ציבור

די צדקה פון אונזערע אבות הקדושים

מתוך פייער ' דיגע דברות קודש

של כ " ק אדמו " ר ממעליץ שליט " א

ביי אסיפת הגבאים ר " ח אלול תשפ " ג
איך וויל באגריסן אלע חשובע אלע רבנים אלע גבאים וואס זענען זיך דא משתתף . די צדקה פון ר ׳ מאיר בעל הנס דאס איז שוין א צדקה וואס שטאמט שוין – אפשר נאך – פון ראפשיצער רב אויך , פון צאנזער רב זיכער , דאס איז א זאך וואס יעדער ווייסט ....
איך האב געוויסט פון די צדקה שוין מער ווי 65 יאר , די צדקה איז אזא צדקה וואס איז געווען פון אונזערע אבות הקדושים , ס ׳ איז איינגעשלאפן געווארן ווייל פאר אונזערע אידן פון פוילן איז געוועזן 6 יאר די מלחמה , ערגעץ אנדערש איז נאר געווען איין יאר צוויי יאר , דא איז געוועזן באלד 6 יאר די מלחמה , און דעמאלט האט מען דאך נישט געקענט גארנישט טוען איז עס אזוי ווי פארגעסן געווארן , ס ׳ איז איינגעשלינגען געווארן , ס ׳ איז נישט געווען ווער ס ׳ זאל טוען און מען האט נישט געטוען . יעצט זעה איך אז ס ׳ איז אויפגעשטאנען דאמבראווא רבי און אנדערע גבאים זענען אויפגעשטאנען און אנגעהויבן צו טוען אין דעם ענין ...
די צדקה וואס מען טוט גייט ארויף אויף די מענטש אליין , יעדע גבאי וואס ברענגט און ער שאפט געלט , כאטש ס ׳ איז זייער שווער צו שאפן געלט , ס ׳ איז דא אמאל ווערט מען פארשעמט , אבער אלעס גייט אלס זכות אויף דעם וואס ער טוט די צדקה ...
אונז האבן דא געהאט מיין נאנטע קרוב רבי זלמן זי " ע ( הגה " צ אבד " ק טשאקאווע זצ " ל חבר ועד הרבנים ) וואס ער איז דא געוועזן אויך אריינגעשטעלט , ער ׳ ט זיך אפגעגעבן דערינען , איך האב געקענט דעם טאטען ר ׳ משה ( הרה " ק רבי משה הלברשטאם זצ " ל יו " ר הנהלת כוללינו בארה " ק ) און איך האב געקענט דעם זיידן וואס איז געווען אן עכטע קאזין פאר מיר דער טשאקאווער רבי ( כ " ק אדמו " ר רבי יעקב זצ " ל (, איך בין געווען ביי אים דא אמאל מיט מיין פעטער צוזאמען ....
יעדע גבאי וואס ער טוט זאל ער וויסן אז ער האט א זכות בזה ובבא , און דעם וואס ענק טוען און עטס שאפן די געלט וועט עטס האבן א זכות א מצוה בזה - אין דעם זכות וועט איר געבענטשט ווערן מיט כל מיני ברכות וישועות , - און איר וועט האבן א זכות אין עולם הבא דאס איז נישט קיין קליינע זאך , צו האבן א זכות אין צדקה איז נישט קיין קליינע זאך ...
זאל דער אויבערשטער העלפן אלע גבאים אלע מנהלים אלע רבנים זאלן אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה , זאלן אלע געבענטשט ווערן מיט בני חיי מזוני רויחי מיט עושר וכבוד אלע וואס דארפן שידוכים זאלן טוען שידוכים בקרוב בקרוב , אלע וואס דארפן קינדער זאלן נפקד זיין מיט זרע של קיימא דער אויבערשטער זאל אונז אלע געבן א גוט געבענטשט יאר מיט כל טוב .
המשך פון זייט 3
ונף יד " ו שנית , ווען דער רבי שליט " א איז אַצינד ווייטער יצא מגדרו , מפרסם צו זיין א “ מכתב קודש " איבער דעם החיוב החזקה פון די הייליגע צדקה , וואָס מבין השיטין איז מבצבץ ויוצא דער טיפער ברען וואָס איז נבלע בדמיו פון רבי ׳ ן שליט " א .
מען זאָ‏ ל אָ‏ נהאַ‏ לטן דעם מסורת האבות
בין הדברים ברענגט דער רבי שליט " א אַרויס רגשי לבבו פון וואָס ער זעט צו , ווי די הייליגע צדקה פון כולל ירושלים האָט פונדאָסניי אָנגעהויבן צו בליען אויף אַזאַ‏ שטאַרקן פאַרנעם , אויף א פאַרנעם וואָס מען האָט זיך קיינמאָל נישט געקענט רישן נאָך דעם גרויסן חורבן פון די צווייטע וועלט קריג , און דער רבי שליט " א ווענדט זיך צום ציבור מיט א קריאה נרגשת , אַז מען זאָל אָנהאַלטן דעם מסורת האבות ומסורת הצדיקים , צו שטיצן ווייטער און מחזק זיין די הייליגע צדקה .
דער רבי שליט " א ענדיגט צו דעם בריוו מיט גאָר וואַרעמע ברכות פאַר די עושים ומעשים , אונטערגעשריבן ביום “ ד ׳ לסדר וצויתי את ברכתי " שנת תשפ " ד לפ " ק .
גאָ‏ ר א שטאַ‏ רקן רושם אויפ ׳ ן ציבור
דער מכתב קודש פונעם מעליצער רבי ׳ן שליט " א וואָס איז אַזוי שטאַרק נערץ ביים ציבור , ובפרט ביי די פילע תלמידים וואָס דער רבי שליט " א האָט מעמיד געווען במשך השנים , און ביי די פילצאָליגע מעריצים וואָס זענען זיך חוסה בצל הקודש , מאַכט גאָר א שטאַרקן רושם אויפ ׳ן ציבור . דאס איז סיי פון דעם וואַרעמען תוכן פון דעם מכתב קודש , און סיי - אָבער בעיקר - מיט דעם וואָס טראָץ דער מעליצער רבי שליט " א , זייענדיג א נחבא אל הכלים , ולא ניסה בכל אלה אַרויסצוקומען צום ברייטן ציבור , זעלטן ווען זיין חתימה האָט אַמאָל בכלל פיגורירט ברבים , און אַצינד איז דער רבי שליט " א אַרויסגעקומען מיט אַן אייגענעם מכתב קודש .
וואָס רעדט פאר זיך אַליינס איבער דעם קשר צו די הייליגע צדקה וואָס ברענט און איז א בחינה פון טופח על מנת להטפיח אַנדערע מיט א וואַרעמען ברען פאר דעם מסורת אבותינו ורבותינו פון צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חבת ירושלים .

6

ליל התקשרות • מוצש " ק חיי שרה
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 181