11 6 24 | Page 180

זיין ליכטיגער אָ‏ נדענק איז נאָ‏ ך פריש
ר ׳ יצחק ז " ל איז אַ‏ ליינס אַ‏ רויס מגדרו
אָ‏ פּגעשפּילט דעם געוואַ‏ לדיגן דביקות לצדיקים
די הייליגע צדקה איז געווען ביי אים קודש קדשים

מעמד געווידמעט לעילוי נשמתו פון אומפאַרגעסליכער איש מורם מעם בנש " ק הרב החסיד ר ' יצחק ליפּשיטץ ז " ל

א טרער נאָכ ׳ ן פלוצימ ׳ ער פריצייטיגער פּטירה פונעם פיליעריגער גבאי קודש דכוללינו הק ׳
רבי יצחק בדחילו ורחימו נעמט דעם כוס הישועות
דער היי-יעריגער מעמד “ ליל התקשרות " וועט פּאַסיג זיין געווידמעט לזכרו פון דעם אומפאַרגעסליכער איש חסיד ובנש " ק גריס באורייתא תדירא ומקושר לצדיקי אמת הרה " ח רבי יצחק ליפּשיטץ ז " ל פיליעריגער “ גבאי קודש " דכוללינו , וועלכער איז ליידער פּלוצים אַוועקגעריסן געוואָרן אין פריצייטיגן עלטער , און שטייענדיג נאָך געציילטע חדשים נאָך זיין פּטירה , איז עס א דבר בעתו מקדיש צו זיין לע " נ דעם דינער לטובת די הייליגע צדקה פאַר וועלכן ער האָט זיך אַזויפיל אַוועקגעגעבן בכל לב ונפש .
זיין ליכטיגער אָ‏ נדענק איז נאָ‏ ך פריש
בלויז געציילטע חדשים טיילן אָפּ‏ פון פאַרלאָפענעם דינסטאָג פּרשת בלק , י ׳ תמוז אין די נאָכמיטאָג שעות , ווען עס האָט פון מויל צו אויער זיך צושפּרייט די שווערע בשורה , איבער די פּלוצימ ׳ע פּטירה פון דעם חשוב ׳ן תלמיד חכם ושקדן עצום הרב החסיד ר ׳ יצחק ליפּשיטץ ז " ל , וואָס האָט יעדן באַטראָפן ווי א דינער אינמיטן העלן טאָג , און מען האָט זיך שווער געקענט גלייבן אַז עס איז האָט ווירקליך פּאַסירט , ואיננו כי לקח אותו אלקים .
ר ׳ יצחק איז געווען אַזאַ‏ געשעצטער פּערזענליכקייט צווישן זיינע באַקאַנטע בפרט , און צווישן תושבי וויליאַמסבורג בכלל . זיין איידעלע צורה און זיין געהויבענע הנהגה האָט אפגעשפיגלט זיין געהויבענעם יחוס שטאמענדיג פון גאליציע של מעלה מעיר מעליץ - ראדימישלא אלס בא " ב פון הייליגן רבי ר ' אלימלך מליזענסק זי " ע ווי אויך אלס אייניקל פון מרן הישמח משה זי " ע וחתנו הגה " ק הארי ' דבי עילאי זי " ע ולמעב " ק זי " ע און האט ביי יעדן אַרויסגערופן שעצונג און הערצה , און זיין ליכטיגער אָנדענק איז נאָך פריש ביים ציבור , אַז עס איז שווער , אָדער גאָר , איבעריג , מעלה צו זיין על נס שטריכן פון זיין געהויבענעם מהות , ובפרט אַז מען איז סייווי געצוימט ביים שרייבן , נאָכדעם וואָס צוזאַמען מיט דעם אוצר בלום פון מעלות ומדות טובות וואָס ער האָט פאַרמאָגט , איז ער געווען א זעלטענער נחבא אל הכלים . ער האָט געפירט זיין לעבן שטיל און באַשיידן פאר זיך , בינו לבין קונו , און איז אַנטלאָפן פון יעדן סאָרט פּרסום וואָס האָט ביי אים בכלל נישט געהאַט קיין שום ווערד און שאץ .
ר ׳ יצחק ז " ל איז אַ‏ ליינס אַ‏ רויס מגדרו
דערצו נאָך , וואָס טראָץ וואָס ער איז פריצייטיג נפטר געוואָרן און אויף אַזאַ‏ פלוצימ ׳דיגן אופן , האָט ער אָבער שוין געהאַט איבערגעלאָזט א צוואה לדורות , אין וועלכן ער בעט און זאָגט אן אַז מען זאָל בשום אופן נישט רעדן און דערציילן פון זיינע שבחים , ורצונו של אדם זה כבודו .
אָבער אויף וויפיל עס איז ערלויבט איז זיכער אַז ווען עס קומט צו די הייליגע צדקה פון “ כולל חבת ירושלים " איז די זאַך אַנדערש , נאָכדעם וואָס טראָץ זיין געווענליכער ענוות חן און באַשיידנהייט , איז הרה " ח ר ׳ יצחק ז " ל אַליינס אַרויס מגדרו , בשנת תשפ " א ווען מען האט נישט געקענט פראווען א גרויסן דינער צוליב די קאראנע
אומשטענדן , מסדר זיין צוזאַמען מיט יבלחט " א זיינע חשוב ׳ ע קינדער שיחיו אן עפענטליכע “ מסיבה של מצוה " לטובת אונזער הייליגן כולל , א זאַך וואָס איז געווען קעגן זיין באַשיידענעם מהות , אָבער לטובת כולל חבת ירושלים איז ער אַלעס געווען גרייט צו טון , והיינו דאהני אַז די מסיבה איז דאַן , געקרוינט געוואָרן מיט אַזאַ‏ שטאַרקע הצלחה , צוגעבענדיג א געוואַלד צום שטאַרקן סוקסעס פון די אַקציעס לטובת כוללינו הק ׳ במשך יענעם יאָר .
אָ‏ פּגעשפּילט דעם געוואַ‏ לדיגן דביקות לצדיקים
דאָס אַלעס האָט זיך גענומען פון זיין ברען פאר די הייליגע צדקה פון “ כולל חבת ירושלים " וואָס האָט אייגנטליך בלויז אָפּגעשפּיגלט דעם אינערליכער קשר צדיקים מן המנין וואָס הר " ר יצחק האָט געהאַט , זייענדיג דבוק בקשר של קיימא צו צדיקי אמת און צו ערליכע אידן , א קשר וואָס איז געווען עצם מעצמיו , און זיין גאַנצער מהות האָט אָפּגעשפּילט דעם געוואַלדיגן דביקות לצדיקים .
וזכה לזכות את הרבים , ווען אויסער זיינע אייגענע אויסטערלישע ידיעות בקורות הדורות , תולדות הצדיקים וסיפּורי קודש , האָט ער זוכה געווען צו באַלייכטן די וועלט מיטן אראפשטעלן דעם יסוד צו פאַראייביגן הונדערטער סיפּורי צדיקים וואָס ידידו יבלחט " א הגה " צ רבי ישראל חיים אשרי שליט " א רב דביהמ " ד שער אפרים האָט געהערט פון מקורות נאמנים , ובתוכם פון יבלחט " א כ " ק אדמו " ר מפּשעוואָרסק שליט " א נשיא כוללינו , און ר ׳ יצחק האט געדרוקט די ערשטע דריי בענדער פון די סעריע פון די באַרימטע ספרים “ שיח זקנים " זייענדיג א מקור נאמן פאר טויזנטער סיפּורים וואָס וואָלטן פאַרגעסן געוואָרן . און דער ספר איז געווען א וועג ווייזער פאר פיל אנדערע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען לאור עולם אויף דעם סגנון , וזכות הרבים תלוי בו .
די הייליגע צדקה איז געווען ביי אים קודש קדשים
הרה ״ ח רבי יצחק ז ״ ל באשיינט ביים פאריאריגן ליל התקשרות
180 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024