11 6 24 | Page 103

איז וויאזוי ליינט מען די נוטרישן פאקטן אויפ ' ן פעקל ?
קודם כל , קוקט אויף די סערווינג סייז . די קאמפעני שרייבט ארויס די '' סערווינג סייז '' – דאס איז די מאס ווי גרויס די פארציע פון די געוויסע עסנווארג דארף זיין – און דערנאך שרייבן זיי '' סערווינגס פער קאנטעינער ''. דאס זאגט וויפיל מענטשן קענען ווערן סערווירט פון די איין פעקל . אונז צו זאגן וויפיל מענטשן קענען ווערן סערווירט פון די פעקל , אין אנדערע ווערטער וויפיל פארציעס עס איז דא .
עס איז גוט צו קוקן וויפיל סערווינגס זענען אין די פעקל . צומאל מיינט מען אז מען עסט בלויז
100 קעלאריעס ווייל אזוי שטייט אויפ ' ן פעקל , ווען באמת איז עס 100 קעלאריעס פאר יעדע ' סערווינג ' – און אויב זענען דא 4 סערווינגס אין די פעקל , מיינט דאס אז איר גייט עסן 400 קעלאריעס .
די באשטאנדטיילן :
די וועג וויאזוי די באשטאנדטייל ליסטע איז אויסגעשטעלט איז אז וואס ס ' שטייט ערשט איז דא די מערסטע אין די עסן , און ווי שפעטער עס שטייט אויפ ' ן ליסטע , אלס ווייניגער איז דא דערפון .
פירמעס האבן ליב צו געבן אינטערעסאנטע נעמען פאר אומגעזונטע זאכן אז קוסטומערס זאלן נישט כאפן וואס זיי עסן , דערפאר דארף מען וויסן וואס די נעמען זענען .
אויל :
א ריזיגע אויסוואל פון אוילן ליגן אויסגעלייגט אויפ ' ן שעלף . וועלכע זענען די געזונטע ? וועלכע זענען דווקא אומגעזונט ? ס ' איז וויכטיג צו פארשטיין וועלכע אוילן זענען די געזונטערע אויסוואלן ווייל באלד וועט מען שוין מיינען אז ווייל ס ' שטייט " וועדשטעבל אויל " אויפ ' ן פעקל איז די סנעק געזונט ...
Extra-virgin אליוו אויל . די געזונסטע אויסוואל , לויט אומצאליגע שטודיעס , איז די ברייט באקאנטע Extra-virgin אליוו אויל . עס איז געזונט פאר ' ן הארץ און קען אפילו פארמיידן געוויסע סארטן קענסערס . ס ' איז געשמאק
צו נוצן אין סאלאטן און דיפס . די איינציגסטע פראבלעם דערמיט איז אז ס ' איז נישט געמאכט צו נוצן אין עסן וואס וועט ווערן אנגעהיצט אויף מער ווי 375 דעגרי – אבער Extra-virgin אליוו אויל ' ס קוזין , ווי לייט אליוו אויל , איז אויך א קלוגע , געשמאקע אלטארנאטיוו פאר אומגעזונטע אוילן .
לייט אליוו אויל-‏Oil Light Olive קודם כל , פאר די וואס זוכן צו פארלירן וואג : לייט מיינט נישט אז עס האט ווייניגער קעלאריעס . לייט מיינט פשוט אז עס האט א לייכטערע טעם . די אויל קען ווערן אנגעהיצט ביז 470 דעגרי און איז גאר געשמאק אויף פלייש , מיט גרינצייג און נאך . זייט נאר געווארנט אז אליוו אויל ' ס טעם וועט נישט אזוי גוט קאאפערירן אין קוכנס און קיכעלעך , ווייל די טעם וועט זיין צו שטארק אין רוב זיסע געבעקסן .
ס ' איז אויך וויכטיג צו געדענקען אז יעדע אויל , אפילו אזעלכע געזונטע ווי די אויבנדערמאנטע , פארלירן אביסל פון זייערע געזונטהייט בענעפיטן איינמאל זיי ווערן אנגעהיצט .
קענאלע אויל-‏Oil Canola אין יעדע הויז טרעפט זיך אבער נאך די מערסטע די באקאנטע קאנאלע אויל . קאנאלע אויל איז נידריגער אין
– saturated fat אן אומגעזונטע סארט פעט – ווי סיי וועלכע אנדערע וועדשטעבל אויל .
ביישפילן פון פאפולערע , אבער אומגעזונטע וועדשטעבל אוילן זענען . סוי-בין ( soybean (, קאטן-סיד ( cottonseed ,) קארן ( corn ) און סעפ-פלאוער ( safflower ) אויל .
רוב סנעקס ווערן געמאכט מיט איינע פון די סארט וועדשטעבל אוילן ווייל די אוילן זענען ביליגער .
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 103