וויאזוי וואלט איר געשאצט אייערע עסן און אלגעמיינע געזונטהייט געוואוינהייטן ?
די פאלגנדע טעסט וועט אייך געבן אן ענטפער !
. 1 וויפיל גאנצע פרוכט עסט איר א טאג ?
א . קיין איין ב . איין ג . צוויי אדער מער
. 2 וויפיל געפרעגלטע סנעקס אדער געצוקערטע געטראנקען נעמט איר א טאג ?
א . דריי אדער מער
ב . איין אדער צוויי ג . קיין איין
. 3 וויפיל פארציעס גרינצייג סערווירט איר זיך א טאג ?
א . קיין איין
ב . איין אדער צוויי ג . דריי אדער מער
. 4 ווי אפט עסט איר פרישטאג יעדע וואך ?
א . איך עס קיינמאל נישט קיין פרישטאג ב . איין-צוויי מאל א וואך ג . יעדן טאג
. 5 וויפיל מאל א וואך מאכט איר איבונגען ?
א . קיינמאל ב . צוויי-דריי מאל א וואך ג . פיר אדער מער מאל א וואך
. 6 וויפיל מאל א וואך גייט איר צו סקול / ארבעט / סתם אנצוקומען צו פלעצער מיט אייערע פיס אנשטאט מיט א קאר ?
א . איך גיי אייביג דורך א באס / קאר א . ד . ג .
ב . איך פאר רוב מאל , אבער איין-צוויי מאל א וואך מאך איך זיכער צו שפאצירן אהין .
ג . דריי אדער מער מאל גיי איך מיט מיינע פיס .
. 7 וויפיל שעה שלאפט איר א נאכט ?
א . אונטער 7 שעה ב . 7-8 שעה ג . צווישן 8 און 12 שעה
אויב רוב פון אייערע ענטפערס זענען ...
ג : איר טוט א געוואלדיגע ארבעט !
ב : אייערע געוואוינהייטן זענען אקעי , פרובירט אבער צו זען וואו זיי קענען ווערן בעסער . קוקט וואו איר האט געענטפערט א ' אדער ב ' און לויט דעם וועט איר וויסן וואו זיך צו פארבעסערן .
א : אייערע געוואוינהייטן דארפן זיך דראסטיש טוישן ...
. 1 לויט די אויבנדערמאנטע עצות , זע איך אז מיינע עסן געוואוינהייטן זענען מער-ווייניגער געזונט .
. 2 איך וויל אנהייבן ארבעטן אויף איינע פון די אויבנדערמאנטע געזונטע עסן געוואוינהייטן .
. 3 איך פיל זיך ווי א דורכפאל ווען עס קומט צו עסן געוואוינהייטן , דערפאר וועל איך ניטאמאל פרובירן .
סורוועי !
רופט אונז אריין מיט אייער ענטפער . 718-599-3444x3
און מיר וועלן פארעפנטליכן די פראצענטן קומענדיגע וואך אי '' ה .
102 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024