בעזרת השם יתברך
שמירת הלשון
באשריבן און בארבייט דורך מכון באהלי צבי - 845.774.4314
פארזעצונג פון די פאריגע וואך , אן ענטפער אויף די שאלה , אויב א טאטע ליידט פון געוויסע מענטשן וואס זיי רודפ ' ן אים און ער בעט פון די קינדער אז זיי זאלן זיך אריין מישן אים צו העלפן , אויב עס איז ריכטיג אז די קינדער זאלן זיך אריין מישן אין די מחלוקה ? אפשר יא , ווייל זיי דארפן זיך אנעמען פאר זייער טאטן ' ס כבוד , אבער אפשר נישט , ווייל די דעת תורה איז אפילו אייגענע קינדער זאלן זיך נישט אריין מישן אין די מחלוקה .
פאר מיר וועלן ברענגען די דעת תורה , וועלן מיר קודם רעדן פון פראקטישן בליק , אויב דאס ברענגט א טובה פאר די זאך , אדער גאר פארקערט , אפשר וועט זיך צום סוף דאס גאר ענדיגן מיט בזיונות פארן טאטן .
. 1 דער פאקט איז , אז יעדער מענטש האלט אלעמאל אז ער איז גערעכט , און עס איז אים שווער צו הערן אז ער טוט נישט גיט , און ווי די תורה זאגט אז בטבע טוען משפחה מיטגלידער פארדעקן די פעלערס פון זייערע נאנטע , במילא איז כמעט זיכער אז די קינדער וועלן אלעמאל האלטן אז זייער טאטע איז אינגאנצן גערעכט , און זיי וועלן אלעמאל פארטיידיגן מיטן אייפער און מיט קראפט וואס דער טאטע טוט , אבער עס איז דאך זייער מעגליך אז אין געוויסע פרטים פון די וויכוח איז ער נישט גערעכט , קומט אויס אז די קינדער וועלן נאר גרעסער מאכן די פעלערס וואס דער טאטע האט געטון .
. 2 אפילו די קינדער וועלן איינזעהן אז דער טאטע איז נישט גערעכט וועלן זיי אים דאס נישט קענען מסביר זיין , און דעם טאטנס כבוד וועט נאך פארשעמט ווערן אין די אויגן פון די קינדער , מיט דעם זענען זיי עובר אויף די מצוה פון כיבוד אב ואם , און די תורה האט דאס גאר פארשאלטן מיט א קללה , " ארור מקלה אביו ואמו " א קינד טאר נישט גרינג שעצן די כבוד פון טאטע מאמע , אפילו נאר במחשבה .
. 3 איבערהויפט אויב די קינדער וועלן טון פארשידענע שלעכטע שריט ווייל זיי ווילן זיך
אנעמען פאר זייער טאטן , וועט דאס נאר צוריק שיסן צום שלעכטן .
. 4 איצטער וועלן מיר זעהען וואס די דעת תורה זאגט אויף דעם , דער חפץ חיים ברענגט , אז מיר געפינען ביי די קינדער פון קֹרַ ח , אז זיי זענען נישט מיט געשטאנען מיט זייער טאטן אין זיין מַ חֲ לוֹקָ הּ , און טאקע דערפאר זענען זיי נִ צוּ ל געווארן .
. 5 דער יַלְ קוּ ט ( קֹרַ ח ט " ז ) טייטש דעם פָּ סוּ ק ( תְּ הִ לִּ ים א ' א '(: " אַ שְׁ רֵ י הָ אִ ישׁ ", וואויל איז דעם מענטש , אז דאס גייט ארויף אויף די קינדער פון קֹרַ ח , " אֲ שֶׁ ר לֹא הָ לַ ךְ בַּ עֲ צַ ת רְ שָׁ עִ ים ", וואס ער איז נישט מיטגעגאנגען מיט די עֵ צָ ה פון רְ שָׁ עִ ים , ד . מ . אז זיי זענען נישט מיטגעגאנגען מיט זייער פאטער ' ס מַ חֲ לוֹקָ הּ , וואס די מענטשן וואס האבן דערין אנטיילגענומען ווערן אנגערופן רְ שָׁ עִ ים , אזוי ווי דער פָּ סוּ ק זאגט ( בַּ מִּ דְ בָּ ר ט " ז כ " ו (: " סוּ רוּ נָא מֵ עַ ל אָ הֳ לֵ י הָ אֲ נָשִׁ ים הָ רְ שָׁ עִ ים הָ אֵ לֶּ ה ", קערט זיך אפ פון די וואוינונגען פון די רְ שָׁ עִ ים ( דאס באציט זיך אויף קֹרַ ח ' ס געמיינדע (. " וּ בַ דֶּ רֶ ךְ חַ טָּ אִ ים לֹא עָ מַ ד ", און אין דעם וועג פון זינדיגע האט ער זיך נישט געשטעלט , דאס מיינט אז זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו קֹרַ ח און זיינע מענטשן וואס ווערן אנגערופן חַ טָּ אִ ים , אזוי ווי דער פָּ סוּ ק זאגט ( בַּ מִּ דְ בָּ ר י " ג ז '(: " אֶ ת מַ חְ תּ וֹת הַ חַ טָּ אִ ים הָ אֵ לּ וּ ", די שאוולען פון די דאזיגע זינדיגע וואס האבן מקריב געווען קטורת . ( דער פָּ סוּ ק גייט ארויף אויף די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן מיט קֹרַ ח .(
. 6 וועלכע זְ כוּ ת איז בייגעשטאנען פאר די קינדער פון קֹרַ ח אז זיי האבן זיך געקענט צוריקהאלטן פון מיטשטיין מיט די מַ חֲ לוֹקֶ ת וואס דורכדעם זענען זיי נִ צוּ ל געווארן און זענען נישט באשטראפט געווארן צוזאמען מיט זייער פאטער ? דאס איז געווען ווייל ווען זיי זענען געזעצן מיט זייער פאטער און זיי האבן געזעהן משֶׁ ה רַ בֵּ ינוּ דורכגיין , האבן זיי זיך אראפגעבויגן זייער קאפ צו דער ערד , טראכטנדיג ביי זיך : " וויאזוי זאלן מיר טון ? זאלן מיר זיך אויפשטעלן פאר משֶׁ ה רַ בֵּ ינוּ , וועט דאס
January 4 , 2023 |
נתפרסם להצלחת יואל בן העניא |
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 189 |
3 |