פארדריסן פאר אונזער טאטע , און די תּ וֹרָ ה האט אונז באפוילן מיט די מִ צְ וָה פון כִּ בּ וּ ד אָ ב וָאֵ ם . ווידער , זאלן מיר זיך נישט אויפשטעלן פאר משֶׁ ה רַ בֵּ ינוּ , וועלן מיר דאך עוֹבֵ ר זיין אויף ( וַיִּקְ רָ א י " ט ל " ב ) " מִ פְּ נֵי שֵׂ יבָ ה תָּ קוּ ם וְ הָ דַ רְ תָּ פְּ נֵי זָקֵ ן ". האבן זיי באשלאסן , בעסער זאלן מיר יא געבן כָּ בוֹד פאר משֶׁ ה רַ בֵּ ינוּ , אַ פִ ילוּ ווען דאס איז א גרינגשעצונג צו אונזער פאטער . ווי נאר זיי האבן דאס געקלערט , האט זיך ערוועקט אין זיי תְּ שׁ וּ בָ ה געפילן , און זיי האבן זיך אפגעטיילט פון די מַ חֲ לוֹקָ הּ . דערפאר זענען זיי געראטעוועט געווארן פון ווערן באשטראפט מיט זייער פאטער .
. 7 פון דעם לערנען מיר , אז אַ פִ ילוּ נאך דעם אייגענעם טאטן טאר מען נישט נאכגעשלעפט ווערן אין א מַ חֲ לוֹקָ הּ . אַ פִ ילוּ ווען מען ווייסט אז דער טאטע איז גערעכט , זאל מען זיך איינהאלטן די געפילן און מען זאל נישט מיטשטיין אין די קריגעריי , נאר מען זאל פרובירן שָׁ לוֹם צו מאכן צווישן די צְ דָ דִ ים , אזוי ווי דער פָּ סוּ ק זאגט ( תְּ הִ לִּ ים ל " ד ט " ו (: בַּ קַּ שׁ שָׁ לוֹם וְ רָ דְ פֵ הוּ , אז מען דארף זוכן און נאכיאגן דעם שָׁ לוֹם . . 8 אפילו אויב איינער איז שוין געווען פארמישט אין א מחלוקה פון א טאטן , דארף ער זיך ארוידרייען מיט אלע כוחות , און זיין שכר איז זייער גרויס ווי חז " ל זאגן אויף דעם פסוק ( תהילים מה ) לִ בְ נֵי קֹרַ ח מַ ְ שׂ כִּ יל שִׁ יר יְדִ ידֹת : אז די קינדער פון קרח וואס זענען שוין געווען פארמישט אין די מחלוקה פון זייער טאטן , האבן די לעצטע מינוט תשובה געטון , נאכמער , זיי האבן אפילו שוין נישט געהאט קיין צייט געהעריג תשובה צו טון , זיי האבן אבער אין זייער הארץ אמת ' דיג תשובה געטון , זענען זיי געראטעוועט געווארן , און זיי האבן באקומען דריי שיינע נעמען , 1 ) מַ ְ שׂ כִּ יל ) 2 שִׁ יר ) 3 יְדִ ידֹת :
. 9 דער חפץ חיים ברענגט ארויס די שעדליכקייט ווען עלטערן פירן אריין זייערע קינדער אין א מחלוקה זאגט ער , עס איז זייער א גרויסע וואונדער אויף דעם בעל מחלוקה , טראכט אריין , אויב איינער וועט זיך אביסל פארטשעפען מיט זיין קינד - אַ פִ ילוּ אומוועלנדיג , וועט ער גלייך מאכן גרויסע געשרייען און די ערגסטע זִ לְ זוּ לִ ים אויף יענעם , און ווער רעדט נאך אויב איינער וועט דירעקט שעדיגן זיין זוהן , און דער זוהן וועט פון דעם קראנק ווערן און דארפן ליגן אין בעט - אַ פִ ילוּ ער וועט צום סוֹף אויסגעהיילט ווערן - וועט דער טאטע ארומגיין און מְ פַ רְ סֵ ם זיין פאר יעדן איינעם וואס יענער האט געטון . ער וועט פארשפרייטן איבעראל אז יענער איז אן אוממענטש און אן אַ כְ זָר . אויך וועט ער נישט רוען ביז ער וועט יענעם עפעס צוריק אפטון , און נאך אלעם וועט ער נאך בלייבן מיט א שטענדיגע פיינטשאפט אויף יענעם .
. 10 אבער ווען ער אליין ברענגט מיט זיין
אייגענע האנט צָ רוֹת אויף זיין ווייב און קינדער דורך זיין מַ חֲ לוֹקֶ ת , און עס קען גאר זיין אז זיי זאלן חס ושלום שטארבן צוליב דעם , ווייל אַ פִ ילוּ גאנץ קליינע קינדער ווערן אויך געשטראפט אויף די עֲ בֵ ירָ ה , ווי מיר האבן שוין פריער געברענגט , האט ער גארנישט קיין רַ חְ מָ נוּ ת אויף זיין ווייב און קינדער , נאר אַ דְ רַ בָּ ה , אסאך מאל שלעפט ער גאר אריין זיין משפחה און קינדער אין דעם קריגעריי , פונקט ווי דָּ תָ ן וַאֲ בִ ירָ ם וואס זענען ארויסגעגאנגען קריגן קעגן משֶׁ ה רַ בֵּ ינוּ צוזאמען מיט זייערע ווייבער און קינדער , ווי דער פָּ סוּ ק באצייכנט דאס ( יִרְ מְ יָה ז ' י " ח (: " די טאטעס קלויבן האלץ , און די קינדער צינדן אן דאס פייער ". דאס אלעס קומט נאר פון דעם וואס דער יֵצֶ ר הָ רָ ע פארבלענדעט זיי די אויגן , און אלע קרומע גריבער שטעלט ער זיי פאר ווי גראדע וועגן .
. 11 אבער למעשה וואס דארף מען יא טון פאר דעם כבוד פון טאטן ?
. 12 מען דארף זיך ווענדן צו קליגע איידעלע מענטשן דירעקט וואס זענען נישט קריגעריש , און זיי בעטן אז זיי זאלן העלפן זייער טאטן , און יענער וועט אים שוין קענען מסביר זיין ווען ער איז גערעכט און ווען נישט , אויך וועט יענער קענען מסביר זיין דעם טאטן אז ער זאל נישט אריין מישן זיינע קינדער אין די מחלוקת .
הודו לה ' כי טוב ! א בקשה אויף ווייטער !
געלויבט דער באשעפער אז עס איז פארמערט געווארן זייער אסאך לומדי " שמירת הלשון " א דאנק די שיינע " שמירת הלשון ליין " ווי מען קען אריין ריפן פון די גאנצע וועלט 24 שעה א טאג און מען דערקוויקט זיך מיט די אלע הערליכע שיינע שיעורים , און אז מען לערנט די הלכות איז מען אן אפגעהיטענע איד , און די מצות דערפרייען דעם מענטש , דעריבער פילן זיך אידן דערהויבן און פרייליך מיט יעדע איינציגע מאל וואס זיי טוען ביישטיין דעם נסיון פון רעדן לשון הרע .
דער אפקלאנג צו האבן די זכיה וואס טויזנטער אידן לערנען איין טאג שמירת הלשון !
ישראל קדושים הם : דאס אלעם קען נאר דורכגעפירט ווערן אדאנק די נדבנים וואס האבן זיך ערוואבן א זכות אין דעם גרויסן פראיעקט פון די " שמירת הלשון ליין " מיט רעכט פילן זיי זיך גליקלעך אז זיי האבן זיך ערווארבען דעם זכות פון פארשפרייטן שמירת הלשוןאויף די גאנצע וועלט , פונקט אזוי קענט איר אויך זיין פון די גליקליכע נדבנים וואס קויפן זיך איין זכותים אין דעם פראיעקט . ריפט אין אפיס -845
774-4314 אדער קענט איר גראד טשארדשן אייער קארלט דורכן סיסטעם .
188 SHOPPERS ROUTE November 20 2024