11 20 24 | Page 181

וויכטיגע אנגעלעגנהייטן .
אויך מעיאר עדעמס האט געמאלדן פאר סיטי איינוואוינער דערוועגן זאגענדיג אז מען דארף שפארן וואסער , און אז די סיטי באאמטע וועלן שפארן אומנויטיגע ארבעט וואס נוצט אסאך וואסער , כדי צו שפארן וואסער פאר וויכטיגערע געברויכן פון די סיטי איינוואוינער .
חיי שרה
וויליא ציילט די שעות ביז צום
‏ַמסבורג געהויבענעם " ליל התקשרות " לטובת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס
היינטיגן מוצש " ק אַין די ַ זאַלן פון " ָ קאַ‏ ַ נטינענטאַל " אין בלויז געציילטע טעג וועלן די תושבי עירינו פון אַ‏ לע שיכטן און קרייזן , בעזהשי " ת ווייטער זיין פאַ‏ רזאַ‏ מעלט תחת קורת גג אחד ביים גרויסן מעמד " ליל התקשרות " לטובת די הייליגע צדקה פון " כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס " וואָ‏ ס וועט אָ‏ פּגעראָ‏ כטן ווערן היינטיגן מוצש " ק אין די זאַ‏ לן פון " קאָ‏ נטינענטאַ‏ ל " וואו עס ווארט אָ‏ פּ‏ דעם ריזן ציבור , א גאָ‏ ר רייכער פּראָ‏ גראַם במשך די שעות פון די ליכטיגע נאַ‏ כט .
נישט אַ‏ נדערש ווי די פריערדיגע יאָ‏ רן , ליגט שוין אַ‏ צינד אינעם " ליל התקשרות " וואָ‏ כן און חדשים פון מאַ‏ סיווע פּלאַ‏ נירונגען , אַ‏ הערצושטעלן דעם מעמד אויף איר חסיד ' יש-רייכער שטייגער , ווי די " כולל חבת ירושלים דינערס " האָ‏ בן זיך איינגעקויפט דעם כתר שם טוב במשך די יאָ‏ רן . אַ‏ זוי אַ‏ רום אַ‏ נטשפּרעכט דער מעמד צו זיין גאָר גייסטרייך , ווען דערביי וועט מען – כמדי שנה – מעלה זיין זכרונו פון דעם הייליגן צדיק דער פּשעוואָ‏ רסקער רבי הרה " ק רבי יאַ‏ נקעלע זצוק " ל וואָ‏ ס דער מעמד ווערט אָ‏ פּגעראָ‏ כטן אינעם מוצש " ק לפני ההילולא . קשר צדיקים מן המנין .
ומוריד הגשם - ענדליך א רעגן ערווארטעט אין די טריי סטעיט ראיאן
נאך לאנגע וואכן וואס עס האט זיך נישט באוויזן א ערנסטע רעגן אויפן האריזאנט , שאפנדיג א ערנסטע קריזיס איבער טרוקענע פייערן , און א מאנגל אין וואסער לענגאויס די היימישע שטעט , ווערט באריכטעט פון די וועטער באאמטע אז א פולשטענדיגע רעגן איז ערווארטעט ביז א טאג צוויי , און מיטן אויבערשטנס הילף לינדערן דעם שווערן קריזיס .
דאס קומט נאכדעם וואס אנהייב וואך האט די גאווערנער האוקעל געמאלדן אז איינוואוינער לענגאויס ניו יארק סטעיט זאלן זיין פארזיכטיג צוליב די לאנג פארצויגענע טרוקעניש אין די ראיאן וואס ווערט בלויז ערגער , מען האלט שוין באלד צוויי חדשים אן קיין געהעריגע רעגן און עס זעהט זיך אן אויף פארשידענע וועגן אין קריטיש
ווי די וועטער שאצער זאגן וועט אנהייבן רעגענען מארגן מיטוואך ביינאכט , א העפטיגע רעגן איז ערווארטעט מיט א שטארקייט דורכאויס די נאכט , און עס וועט פארזעצן ביז אריין אין שבת מיט לייכטע רעגן , באגלייט מיט א קילע וועטער און נידריגערע ציפערן ווי ביז יעצט . עס קען זיך מעגליך טוישן צו שניי ערגעץ ארום פרייטאג , איבערהויפט אין די קעטסקיל בערג וואו עס איז פארהאן א שטערקערע שאנס פאר שניי .
מעיאר עדעמס אדרעסירט אימיגראציע וועט ארבעטן מיט טראמפ
דער ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט וואו ער דרוקט אויס זיין גרייטקייט צו ארבעטן מיט די נייע טראמפ אדמיניסטראציע , ארויסצוהעלפן די שרעקליכע אימיגראציע קריזיס וואס האט באטראפן די סיטי , און פארמיידן אזעלכע פעלער אין די צוקונפט .
עדעמס זאגט אז דאס וואס ניו יארק סיטי איז אריבער די לעצטע פאר יאר אנבאלאנגט די מאסיווע פלוס פון אימיגראנטן , איז עפעס וואס קען נישט טאלערירט ווערן , און מען מוז נעמען שריט אז אנדערע סיטיס זאלן זיך נישט טרעפן אין די זעלבע קריזיס . אבער אויפן פראגע צו ער האלט אזוי ווי טראמפ אז מ ' דארף דעפארטירן מאסן אימיגראנטן האט עדעמס געזאגט אז פון דעם האלט ער נישט , מען דארף בלויז פארזיכערן די גרעניץ , און זיכער מאכן אז די אימיגראנטן וואס זענען שוין דא זאלן ווערן פלאצירט געהעריג און באקומען געהעריגע ארבעט .
נייע קאנדזשעסטאן טאלל אפיציעל באשטעטיגט
אין א אפשטימונג מאנטאג דורך די פארוואלטונג פון די עם טי עי אגענטור , איז אפיציעל באשטעטיגט געווארן די קאנדזשעסטאן טאלל פלאן , וואס וועט ארויפשטעלן א נייע שטייער פאר יעדע קאר וואס פארט אריין אין די פארנומענע גאסן אין מאנהעטן .
די טאג וואס עס גייט אריין אין קראפט איז באשטימט אויף דעם פיפטן אין יאנואר , די פרייז וועט זיין ניין דאללער אזוי ווי גאווערנער האוקעל האט געמאלדן פארלאפענע וואך , און די געגנט וואו עס וועט ווערן אינפארסירט איז ביי די נידריגע נומערן גאסן פון די זעכציגסטע סטריט אין אראפ .
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 181