זיך איינצושרייבן אראפצונעמען עין הרע רופט 718.687.4682 subscribe @ einyyeshuah . org
טראץ וואס די גאווערנער האט טאקע גענידערט די טאלל פרייז פון פופצן דאללער צו ניין דאללער , איז די עם טי עי נאך אלס ביים מיינונג אז מען דארף יא איינקאסירן פופצן דאללער צו קענען דעקן די קאסטן , ווי זיי זאגן האפן זיי צו קענען צוביסלעך ארויפרוקן די פרייז , און ביז זיבן יאר זאל עס האלטן ביי פופצן דאללער .
נייע טעסק פארס פאר וואלד פייערן אין ניו יארק סיטי
די ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי האבן צום ערשטן מאל געגרינדעט א ספעציעלע טעסק פארס זיך אפצוגעבן מיט וואלד פייערן אין די ראיאן , נאך די דראמאטישע אויפשטייג אין בראש פייערן די לעצטע צוויי וואכן .
די ספעציעלע איינהייט וועט זיין געווידמעט צו נאכפארשן און באקעמפן בראש פייערן , מיט ספעציעלע אינספעקטארס און דראון איינריכטונגען צו טון די בעסטע ארבעט מעגליך .
אין די זעלבע צייט ווערט באריכטעט איבער א פרישע וואלד פייער וואס האט אויסגעבראכן ביי די פיין פארק אין לעיקוואד , וואס טוט פארשפרייטן א געדעכטע רויעך איבער די געגנט . אין אנדערע נייעס האבן ניו יארק סטעיט באאמטע געבעטן איינוואוינער נעבן גרינוואוד לעיק צו עוועקואירן פון די געגנט , צו קענען געבן גרינגערע צוטריט פאר פייערלעשער צו באקעמפן די העלישע פייער וואס ברענט שוין דארט איבער א וואך צייט .
ספיריט לופטליניע געפיילט באנקראט
די ספיריט לופטליניע וועלכער איז פון די מערסט באקאנטע לופטליניעס אין אמעריקע , האט היינט פארמאל אנגעהויבן א פראצעדור צו פיילן באנקראט , נאך וואס די פירמע האט דערלייגט מער ווי צוויי און א האלב ביליאן דאללער די לעצטע פאר יאר זינט די קאראנע וויירוס עפאכע .
די לעצטערע חדשים האט די לופטליניע זיך שטארק געמוטשעט אנצוגיין צוליב זייער אומגעדעקטע בודזשעט און שווערע חובות , אצינד מיטן פיילן באנקראט האפן זיי צו זיך קענען אריענטירן און צוריקגיין אויף די געווענליכע שינעס .
די לופטליניע באאמטע זאגן אז דערווייל איז נישט פארהאן קיין שום טויש אין זייער סערוויס פאר פאסאדזשירן , אלעס פארט געהעריג , פליגער הייבן זיך און לאנדן , באשטעלונגען קען מען מאכן און אנקומען צו דעסטינאציעס אן קיין שום פראבלעם .
א דערהויבענע
חתונה
נאכ
שבת באווארפן
רואיג , צופרידן מיט א שמייכל
חתונה נאכט
פרייליך , לוסטיג , לעבעדיג
שבע ברכות
געלאסן , אויפגעלייגט , נחת
ספעציעלע שמירה אראפצונעמען עין הרע פון חתן כלה און די גאנצע משפחה
זיך איינצושרייבן אראפצונעמען עין הרע רופט 718.687.4682 subscribe @ einyyeshuah . org
180 SHOPPERS ROUTE November 20 2024