פארזעצונג פון פריער
דער אלטער דזשאו , געפונט זיך שוין אין אמעריקע און ער האט מיט געברענגט מיט זיך געלט און אלע צוגערויבטע ארטיקלען וואס ער האט באראבאוועט פון אומגליקליכע אידן אין די שטאט אגאסטאו .
ער האט אינוועסטירט דאס געלט צוזאמען מיט זיין זון ענדי אין ריעל עסטעיט פראפערטיס , וואס ענדי האט געוואלט קויפן אין פארקסוויל , ניו יארק .
זיי האבן אפגעקויפט א הייזקע מיט א באנגעלאו קאלאני , דערנעבן און אויך א גרויסע שטח פון פארעם לאנד אין פארקסוויל ניו יארק .
ענדי צוזאמען מיט זיין טאטע האבן זיך גענומען ארבייטן אויף די פעלדער און דארט איינגעזייט פארשידענע געוויקסן און פראדוקטן , וואס זיי האבן פארקויפט אויף די לאקאלע מארקעטס און די אינוועסטירונג האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין זייער ווערטפול , ווייל די פעלדער האבן פראדוצירט געשמאקע גרינצייג , פרוכטן און בלומען .
דער אלטער דזשאו איז פארבליבן מיט זיין וויסטע האס און פיינטשאפט קעגן אידן און ער האט נישט געקענט צו קוקן ווי זיין ענדי האנדלט אמייסטנס מיט אידישע קליענטן . אבער ער האט דאס געמוזט אראפ שלינגען ווייל בלויז די אידן זענען געווען די בעסטע קליענטן פון וועם זיי האבן געקענט שיין פארדינען .
מיט זיין גרויס האס , האט ער באשלאסן גענצליך נישט צו האנדלען מיט קיין קליענטן און אזוי האט דער אלטער דזשאו ליבערשט באשלאסן צו טאן די פעלד ארבייט און זיין פארנומען דארט מיט די פראדוקציע , ליבערשט ווי האנדלען מיט די קליענטן און אזוי איז ער טעגליך געווען פארנומען בלויז מיט די געוויסקן אויף די פעלדער און מיט זיי האט ער פארברענגט און גאר געפירט געשפרעכן מיט זיי .
זיין משוגעת פון נישט ערלויבן זיין זון ענדי אראפ צו גיין אין די קעלער אליינס , איז ווייטער אנגעגאנגען טראץ די אומגלויבליכקייט פון ענדי און דזשאו האט פארסירט זיין משוגעת מיט די הילף פון א ספעציעלן הונט וואס ענדי האט אים געשאפט
און איצט ליינט ווייטער .
אזוי ווי ענדי איז געווען זייער שטארק פארנומען מיט די פראדוקציע ארבייט אויף די פעלדער און ארום פארענדיג צווישן אולסטער הייטס ביז פארקסוויל , ארבייטענדיג גאר שווער און שטענדיג פרובירענדיג , נישט אריין צו נעמען אומנויטיגע ארבייטער , וועלע זאלן טאן די ארבייט פאר אים . האט ער אזוי פארענדיגט זיין טאג ארבייט אויסגעמוטשעט ביז גאר
און ער האט געלעבט איינזאם , בלויז מיט זיין בייזן און צערודערטער טאטע .
ענדי האט זיך אנגעהויבן צו געוואוינען צום ביטערן טראפ און ער האט איינגעקויפט אין די לאקאלי ליקער סטארס שארפע געטראנקען און נאך א שווערע טאג ארבייט האט ער זיך געמאכט א מאלצייט פאר אים און פאר זיין טאטע און טייל מאל האט דער טאטע באוויזן צו קאכן , ווייל ער איז געווען גאר א גוטער קעכער , מיט באקאנטשפט פון פולע פוילישע און דייטשע רעסעפיס .
וויבאלד ענדי האט פארענדיגט זיין מאלצייט האט ער זיך אנגעטרינקען און דאס האט אים געמאכט אריין פאלן אין א טיפן שלאף פון וואס ער האט זיך פול מאל ערוועקט מיט שטארקע קאפ ווייטאג .
אבער ער האט זיך אנגעהויבן צוגעוואוינען צו די דאזיגע געמיינע לעבנס שטייגער און אזוי האט ער געארבייט שווער און זיך דערנאך אנגעטרינקען ביז ער איז אריין געפאלן אין א שיכור ' דיגע סטאטוס און מ ' האט מער נישט געקענט רעדן צו אים ביזן אנדערן טאג .
ענדי האט נישט געהאט קיין אינטערעס אין גארנישט און ער האט בלויז געטראכט ווי אזוי ער קען נאך ארבייטן און פארדינען מער געלט און אנשטאפן זיין באנק אקאונט מיט נאך און נאך געלט .
ווען ס ' איז געקומען די לאנגע וויקענדס איז דאס ביי אים נישט געווען קיין וואקאציע צייט און אויך נישט קיין צייט פון פארברענגען מיט באאקנטע און ער איז בלויז געווען אינטערעסירט צו ארבייטן און מאכן געלט אדער צו טרינקען זיינע באליבטע ליקער געטראנקען .
זיין טאטע , דער אלטער דזשאו , האט אים אויך היבש אנגעצויגן און באזידלט ווען ער האט נאר געקענט און אים שטענדיג קריטיקירט און ער קלערט , אז ער טוהט נישט גוט און ארבייט נישט גוט און ער לאזט זיך אויסצאפן פון די כיטרע אידישע קליענטן .
ענדי האט אנגעהויבן צו אנערקענען אז זיין טאטע ווערט בלויז מער אבסעסיוו און אגרעסיוו און ער פירט זיך גאר מאדענע .
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 173