11 20 24 | Page 160

ם

ת

ה . רובין
איבונגען , ביינער , מוסקעלן . דאס זענען ווערטער וועלכע האבן געטראפן א באקוועמען ארט אינעם Shopper ' s Route די וואך .
עס זענען דא פילע זאכן וואס האבן א שליטה אויף אונזער ביינער אין די טבע ' דיגע וועלט . עס איז טאקע וויכטיג אנצוהאלטן דערצו אלץ ונשמרתם מאד לנפשתיכם און פאר נאך אזויפיל אנדערע סיבות ( אדרבה מישט אריבער די בלעטער און איבערצייגט אייך אליין …( אבער פארהאן זאכן וואס זענען נאך שטערקער ווי פיזישע מעטאדן אויפצובויען אונזער גלידער .
" א מיידעלע !" האט זיך געהערט די איבעראשטע קול פון דער פרישע טאטע , און פון צווישן די קליינע לעכער אין דעם טרייבל האט מען אויך געהערט א דינטשיגע געוויין פון א קינד , כ ' מיין , מיין אייניקל .
איך געדענק נאך וואו איך בין געשטאנען . איך וועל די מינוט קיינמאל נישט פארגעסן . עס האט מיר ארומגענומען א נייע געפיל , א געפיל וואס האט זיך צעשפרייט אין מיין גאנצע קערפער .
איך בין א באבע !
" וואס מאכט מינדי ?" האב איך געפרעגט גלייך ווי איך בין צו זיך געקומען .
" ברוך השם , זי וועט באלד רופן ". מיין איידעם האט אראפגעלייגט די טעלעפאן , און מיין קאפ האט גלייך אנגעהויבן צו פארן אויף רעדער .
אזוי פילע זאכן דארף יעצט געשען ! באבעס זענען אזוי פארנומען ! " מאמי , איך קען נישט גלייבן ! איך בין שוין א מומע !" האט מיין
טאכטער , שרי , געשטראלט מיט פרייד .
" און אפשר , מומע , וועסטו גיין אין גראסערי ? איך וויל שנעל צושטעלן א געשמאקע נאכטמאל פאר די קימפעטארן ".
שרי האט גערן מסכים געווען , אין אזעלכע צייטן , העלפן די קינדער
160 SHOPPERS ROUTE November 20 2024