11 20 24 | Page 159

גערן . זי האט אויך געדארפט א פלאץ ווי צו אויסגעבן איר שמחה .
" קויף אויך פינקע קענדיס , אפשר שוין אפילו נייע באטיס ".
" מאמי , וואס קען פעטער אהרן העלפן ? איך מעג שוין ארויפברענגען די קינדער-בעטל פון בעיסמענט ?" האט מיין אהרן געוואלט וויסן .
זאכן האבן אנגעהויבן צו ארויספארן פון די ראמען , ס ' איז עכט געווען אויף מיין שפיץ צינג צו זאגן ' באלד '. אין די לעצטע מינוט האב איך צוריקגעצויגן .
שוין , זאלן די קינדער זיין פרייליך '. האב איך געקלערט .
" יא . דו קענסט , גיי מיט ' פעטער ' שלום ".
מיין שלום האט זיך צעלאכט , און
די יונגלעך זענען פרייליך געלאפן . און אינצווישן האט די טעלעפאן זיך צעקלונגען . עס איז געווען מינדי .
" מינדי ! מזל טוב , מזל טוב . ווי אזוי שפירסטו ," האב איך זיך געפרייט צו הערן מיין טאכטער ' ס קול .
" ברוך השם ", איר קול האט זיך געהערט גאנץ אפגעשוואכט .
" ס ' איז נארמאל ', האב איך זיך געטרייסט אין מיינע מחשבות . " מאמי , וועסט קומען ?"
" זיכער , איך ברענג נאכטמאל , און אויך אלעס וואס עס פעלט אויס פאר די בעיבי צו אהיימקומען פון שפיטאל . וואס נאך דארפסטו ?"
" איך דארף דו זאלסט מיר העלפן באשליסן ווי וועמען די קליינטשיקע פנים זעט אויס . יעדע מינוט זעט זי
אויס ווי איינעם אנדערש ".
איך האב ליב געהאט די קלאנג אין איר שטימע , ס ' האט זיך געהערט ווי זי שוועבט אין די וואלקענעס .
" די בעיבי איז יעצט אין דיין צימער ?" האב איך געפרעגט .
" איך האלט איר יעצט אין מיינע הענט , איך מיין אז אירע אויגן דערמאנען מיר פון שלום ".
" אוי זענען זיי פרייליך די פעטערס און די מומעס . שוין וועט מען שוין רעדן , איך מאך זיך גרייט צו אריבערקומען ".
•••
אנגעקומען אין שפיטאל בין איך מיט פילע הענט , קוים וואס איך האב געקענט דריקן די קנעפל פון די עלעוועיטאר .
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 159