צעלאכט , " און עס איז טאקע אביסל מאדנע ".
אביסל מאדנע !? אסאך אסאך מאדנע ! מינדי דו ווייסט אפילו נישט ווי שרעקעדיג די פיס בייגן זיך צו אלע זייטן , אזוי ווי די פיס פון א ווייכע דאלי . אבער די ווערטער האב איך געהאלטן ביי מיר . איך האב נאר גערופן די נורס , און איר געוויזן די פיצעלע פיסעלעך .
" עס זעט טאקע אויס אביסל אינטערעסאנט ," האט די נורס מסכים געווען צו די באבע ' ס זארגעדיגע הארץ . " איך קען מאכן א באמערקונג אויף איר ' פייל ', אז דער דאקטאר זאל מארגן צופרי עס אינטערזוכן ".
" און ביז מארגן ?" איך האב געפילט אז איך וועל נישט אויסהאלטן די ספיקות ביז מארגן , " אפשר איז עס א סכנה פאר איר לעבן ?"
" איך גלייב נישט ", האט די נורס געגעבן א מאך מיט איר האנט , " יעצט ביינאכט איז נישט דא קיין דאקטאר דא , איך מיין אז מען דארף נישט זיין באזארגט ".
זי האט בכלל נישט בארואיגט מיינע זעצעס אין הארץ .
' זי איז פשוט גוט געלערנט ווי אזוי מען האלט זיך רואיג , אויך ווען די באבע ווערט היסטעריש ', האב איך מיט א שטילע קרעכטץ אפגעלאזט די נורס .
איך האב זיך געפריידט אז מיין טאכטער איז נישט געווארן היסטעריש , און דאס האט מיר געגעבן די שטארקייט צו צוריק איינוויקלען די בייגעדיגע ווייעכע פיסלעך און רעדן ווייטער נאר פון פרייליכע זאכן . די נאמען , די קידוש , די נייע בעיבי שטאפיר , עצות פאר די נייע מאמע ' לע , ס ' איז ברוך השם געווען גענוג .
ס ' איז געווען א גייסטישע שווערע נאכט . די טעלעפאן האט
נישט אויפגעהערט צו קלינגען . יעדער האט נאר געוואלט אפגעבן די מזל טוב , און הערן א גריס פון די קוים זעקס פונטיגע פעקעלע , וואס האט שווארצע הארלעך , און פינקע בעקעלעך . און איך האב געדארפט יעדעם ענטפערן ווי א פרייליכע איבערגענומענע באבע , ווען אין אמת ' ן האט א שרעקליכע זארג ארומגענומען מיין הארץ .
' ווער ווייסט אויב זי וועט נאך אמאל קענען גיין ?' האבן מיר די שווערע מחשבות נישט אפגעלאזט .
צופרי האב איך מיט אנגסט געווארט אויף א טעלעפאן רוף פון מיין טאכטער . און איך האב זיך נישט גענארט , זי האט גערופן . איר קול האט זיך שוין אביסל געשאקלט , און זי האט איינגעהאלטן אירע טרערן .
" מאמי די קינדער דאקטאר איז
יעצט געווען אין מיין צימער …" " נו "?
מיין הארץ האט זיך איינגעצויגן , מיין בליק איז געפרוירן געווארן אויפן קאך בענקל .
" ער זאגט אז עס פעלט איר די ביינער ביי די קני ".
" און "!?
" גארנישט . ער זאגט אז יעצט קען מען גארנישט טון , און ער זאגט אז עס קען נאך אפילו אליין ארויסוואקסן די ביינער ".
שוין , יעצט ווייס איך שוין ווי אזוי עס שפירט ווען א באבע הערט א שרעקליכע דיאגנאז אויף אירס אן אייניקל .
" לאמיר הערן גוטע בשורות ", האב איך שנעל אראפגעלייגט די טעלעפאן . איך האב געדארפט מאכן סדר מיט מיינע מחשבות . זאל איך דערציילן פאר מיינע קינדער אדער נישט ? וועלכע גרויסע רפואה עסקנים זאל איך אריינמישן ? און אינצווישן דארף איך נאך צוגרייטן די
געסט צימער ווי א פינעף שטערנדל האטעל , פאר די קימפאטארן וואס קומט מארגן אהיים ...
•••
איך האב ווידער געהאלטן די קליינע פעקעלע אין מיין האנט , און באטראכט די פיסעלעך . היינט ווייס איך שוין אביסל מער , ווייל די לעצטע פאר טעג בין איך געווען פארנומען רעדן צו עסקנים , דאקטוירים , און באקאנטע . אמאל קענען ביינער וואקסן נאכן געבוירן , און אמאל נישט ... איך האב אזוי געוואלט גלייבן אז מיר וועלן זען חסדים פון השי " ת , און דאס מיידעלע וועט נאך לויפן צו באבי מיט פרייד , אבער איך האב נישט געקענט אויסשליסן די צווייטע אפציע .
" מאמי איך האב געטראכט …"
איך האב אויפגעהויבן מיינע אויגן צו מיין מינדי וועלכע האט זיך באוויזן אין קיך , איך האב נישט באמערקט אז זי איז אויפגעשטאנען .
" איך האב געבעטן מיין מאן זאל מיר ברענגען אלע מיינע שעסלעך , אויב די קענסט זיי אזוי גוט בעטן פון שרי זי זאל נעמען אלע מיינע שעסלעך צום געשעפט און מיר קויפן פון יעדע שעסל די זעלבע , נאר מיט כאטש דריי אינטשעס לענגער ".
איך האב אויפגעהויבן א פרעגנדע בליק .
און מיין מינדי זאגט מיר ווייטער " איך האב שוין לאנג געפילט אז מיינע שעסלעך זענען געווען אביסל צו קורץ , און איך וויל אז עס זאל זיין א זכות פאר ... פאר מיין בעיבי …" דא האט זיך איר קול געבראכן , און אירע אויגן האבן זיך אנגעפולט מיט טרערן .
אבער איך האב געפילט ווי מיין הארץ האט זיך אויסגעברייטערט מיט נחת . די השגות פון מיין טאכטער
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 157