האט מיר ווארעם געמאכט אין אלע ביינער .
" איך וואלט געקענט באשטיין אז שרי זאל גיין ווי שנעלער . איך וויל עס טון פאר איך האב חרטה ", האט מינדי ווייטער געבעטן .
••• " מאמי !" מינדי ' ס קול האט זיך געהערט איבעראשט ,
איך האב געהאפט אז עס איז ווייל זי האט גוטע נייעס .
" איך בין יעצט געווען ביי די גרויסע דאקטאר טשעני , אין קארנעל שפיטאל , ער זאגט אז ער זעט קלאר ווי אזוי די ביינער וואקסן , און צוביסלעך באקומט אירע פיס א פארעם ! און ער זאגט אז זי וועט מיטן אויבערשטנ ' ס הילף קענען גיין און לויפן אזוי ווי א יעדע מיידל !"
הודו לה '! די שווערע שטיינער וואס האבן געדרוקט אויף מיין הארץ האבן זיך אנגעהויבן צו אראפגליטשן , ס ' איז מיר פשוט לייכט געווארן .
ווען איך שעם זיך נישט וואלט איך
אנגעהויבן טאנצן אין מיין קיך , נעבן די מילכיגע סינק , און די פליישיגע אויוון . " אוי ווי גוט צו זיין א איד , דער באשעפער האט אונז ליב , און ווי שטארק איז דער כח פון אביסל מסירת נפש פאר צניעות !"
( געהערט פון די באבע- אפאר יאר צוריק- ווען קורצע סקורטס איז נאך געווען א שטארקע נסיון …(
•••
דאס איז איין עפיסאד ווי מען האט קלאר געזען ווי די מסירת נפש פאר צניעות האט זיך אפגעצאלט . אבער אפילו ווען מיר זעען נישט די לעכטיגקייט וואס אונזערע מעשים פארשאפן און זעען נישט קיין באלדיגע תוצאות מיינט נישט אז מיר זענען נישט זוכה צו השפעות . אזויפיל מאל ווייסן מיר ניטאמאל וואס מיר האבן פארמיטן און מיר באגרייפן קוים וואס מיר האבן זיך איינגעקויפט מיט אונזער אויפפירונג .
אין יעדנספאל איז נישט דא אזא זאך אז א מסירת נפש ' דיגע אקט גייט דורך אומבאמערקטערהייט .
156 SHOPPERS ROUTE November 20 2024