11 20 24 | Page 129

א שמועס מיט : אהבה מעדיקאל
ש . גינזבערג
א שמועס מיט : אהבה מעדיקאל
א גוטן , איר קענט זיך ביטע פארשטעלן פאר די ליינער ?
א גוטן , מיין נאמען איז זאב כ " ץ . איך בין פון קראונהייטס . איך ארבעט מיט אהבה מעדיקעל דא אין וויליאמסבורג אלץ פיזיקל טערעפיסט פאר איבער פערצן יאר .
פערצן יאר ? דאס איז אסאך !
וויאזוי ווייסט מען וועלכע איבונגען צוצוטיילן פאר וועלכע מענטש ?
יעדע פאציענט האט ספעסיפישע צילן . נאכ ' ן כאפן א שמועס מיט ' ן פאציענט ווערט אויסגעארבעט א פלאן און סקעדועל ווען די טערעפי זאל פארקומען אינעם אפיס און די פאציענט ווערט אנגעוויזן וואס ער זאל אויספירן אינדערהיים אין די טעג וואס ער קומט נישט אריין אין אפיס .
זענט איר אלץ אין אפיס ?
יא . איך בין דארט דורכאויס ' ן טאג אינאיינעם מיט נאך אנדערע פול-טיים שטאב מיטגלידער פון זונטאג ביז פרייטאג .
ווילאנג זענען די איבונגען סעסיעס געווענליך ?
עס ווענדט זיך אויפ ' ן פאציענט . יעדע סעסיע איז אויסגעחשבונ ' ט לויט יעדנ ' ס פיזישע מעגליכקייטן . אין די זעלבע צייט מוטיגט מען זיי אנצוקומען צו זייער פולע פאטענציאל .
לאמיר זיין אפן פאר א מינוט … מענטשן שעמען זיך נישט צו קומען ?
די מענטשן וואס וואקן דורך אונזערע טירן ווערן שנעל באקוועם און פארשטייען אז דאס איז אן אנהויב פאר עפעס בעסער פאר זיי . אסאך פון זיי געבן איבער אז זיי שפירן זיך אסאך בעסער און זענען שטאלץ מיט זיך פאר ' ן אנקומען און טון עפעס צו קעיר נעמען פון זייער געזונט .
זיי זענען נישט מער ווי גערעכט , קענט איר אויסרעכענען די מאשין וואס ווערט די מערסטע גענוצט ?
אונזער דזשים איז דעזיינט אויף א וועג וואס ערלויבט אונזערע פאציענטן צו נוצן אלע וויכטיגע מוסקל גרופעס . עטליכע האבן ליב קארדיא מאשינען ( וואס לייגט דגוש אויף די הארץ מוסקעלן ) אנדערע האבן הנאה פון וואג מאשינען . עס איז באמת א פערזענליכע אויסוואל און עס איז נישט דא איין " אויפגעכאפסטע ".
וואס איז איין מאשין וואס איר דארפט אפט איבערקויפן ?
אלע מאשינען זענען אינדאסטריאל מאשינען און פאדערן רוטינע מעינטענענס און רעפעיר .
האט איר ספעציעלע פלארס פאר די שווערע מאשינען און אקטיוויטעטן ?
יא , די ראבער ערד וואס מיר פארמאגן שטעלט פאר א באשיצטע און באקוועמע ארט .
וויאזוי בלייבט א מענטש היידרעטעט דורכאויס די איבונגען ?
יעדע שטאק האט עטליכע פילטערט וואסער מאשינען אז אונזערע פאציענטן און שטאב זאלן טאקע נישט ווערן אויסגעטרוקנט .
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 129