אויב איך וויל קויפן בלויז 1 מאשין פאר מיין הויז , וועלכע זאל עס זיין ? און פארוואס ?
איך באקום די שאלה אפט . יעדע קעיס איז אנדערש . געוואנדן אויף די פאציענט ' ס בודזשעט , ספעיס און מעגליכקייטן . דא אינעם אפיס למשל , ווי געלט און פלאץ איז אסאך ווייניגער באגרעניצט און אזוי אויך די פאציענטן זענען פארשידנארטיג , אינוועסטירן מיר אין אלע סארט מאשינען , און ווי אויך אנגעהייצטע באסיינען עקסטער פאר מענער און פרויען .
א באסיין ? עס הערט זיך דווקא געשמאק צו קענען כאפן א שווים אינמיטן די קאלטע ווינטער …
זענען דא צייטן וואס איר אליין קענט אויך נוצן די מאשינען ?
די אפיס איז אפט זייער פארנומען און איך האב נישט קיין געלעגנהייט צו נוצן די מאשינען . פונדעסטוועגנס , העלף איך די פאציענטן און געווענליך ווייז איך וויאזוי יעדע מאשין ווערט גענוצט . אזוי אויך ' טשיט ' איך אביסל און כאפ זיך דא און דארט מיט מיט די פאציענטן ווען זיי טוען איבונגען . אזוי באקום איך אויך אביסל איבונגען .
ווען האט איר געעפנט אייער צענטער ? אהבה מעדיקאל פון וויליאמסבורג איז אפן
זינט יוניאר . 2013 פונדעסטוועגנס , אונזער ערשטע פאסיליטי , ( באקאנט דאן אלץ ברוקלין קאמיוניטי מענעדזשמענט ) האט זיך געעפנט אין . 1992 היינט האבן מיר זיך אויסגעברייטערט מיט נאך אפיסעס אין פלעטבוש , אפסטעיט , פייוו טאונס און עטליכע מאביל יוניטס .
נעמענדיג אין אכט אז די מענטשהייט ווערט מער געוואויר איבער די וויכטיגקייט פון איבונגען , זעט איר מער מענטשן וואס באזוכן אייער צענטער ?
אודאי ! עס איז וואונדערליך צו זען וויאזוי מענטשן הייבט אן קעיר נעמען פון זייער געזונט . אונז האבן אפילו יונגערע מענער און פרויען וועלכע קומען אריין פאר אנווייזונגען און איבונגען און נעמען אויך בעסער קעיר פון זייער אלגעמיינע געזונט פון זיך און זייערע פאמיליעס .
וויפיל פראצענט פון אייער באזוכער קומען יעדע וואך מיט אן ערליכקייט ?
איך האב געזען מערערע פאציענטן איבער די יארן זינט איך ארבעט דא . עטליכע פון זיי איבער צוועלף יאר אין איין צי ! צוליב דעם וואס מיר אלע האבן לעבנס אינדרויסן פון אפיס און זענען פארנומען מיט משפחה אחריות ' ער , דשאב פאדערונגען א . ד . ג ., מוטיג איך די פאציענטן צו פרובירן זייערע בעסטע צו זיין מער אקטיוו און טון וואס זיי קענען אינעם הינזיכט פון זיך ארומרוקן און באקומען די נויטיגע עקסערסייז .
128 SHOPPERS ROUTE November 20 2024