אינפארמירט
דורך : מרת . וואלקאספקי פון Dietitian Group
וויאזוי קען מען קאנטראלירן אויפגעבלאזנקייט וואס מעדיצענען פארשאפן ?
אויפגעבלאזנקייט איז אן אפטע סייד עפעקט פון פילע אנקזייעטי מעדיצינען און אנדערע מעדיצינען אבער עס זענען פארהאן עפעקטיוו סטראטעגיעס צו קאנטראלירן אט די אומאנגענעמליכקייט און אין די זעלבע צייט אנהאלטן א געזונטע לעבנסשטייגער .
דיעטע טיפס : אידענטיציפירט פראבלעמען : האלטס אן עסן טאגבוך צו טרעפן עסן וואס קענען פארערגערן די אויפגעבלאזנקייט ( א שטייגער ווי מילכיגס און געוויסע קארבס (. קלענערע מאלצייטן : קלויבט צו מאכן קלענערע , מער אפטע מאלצייטן צו פארמיידן אנצושטרענגען אייער פארדייונג סיסטעם . בלייבט היידרעטיט : טרינקט גענוג וואסער צו העלפן פארדייען , צילנ ' דיג פאר כאטש אכט גלעזער וואסער א טאג- ליבערשט צווישן איין מאלצייט צו די צווייטע .
מיינדפול עסן : עסט שטייט : נעמט אייער צייט צו קייען און הנאה האבן פון יעדע ביס , וואס דאס קען פארמינערן אראפגעשלינגענע לופט . באגרעניצט קארבאנעטיט געטראנקען : באגניגט
אייך מיט פשוט ' ע וואסער אדער herbal טיי .
פראבייאטיקס : נעמט אריין יוגארט און פערמענטעט עסן אין אייער דיעטע צו שטארקן אייער מאגן און שפעטער וועט עס אויפלעזן אויפגעבלאזנקייט .
בלייבט אקטיוו : פארנעמט אייך מיט מילדע עקסערסייזעס , א שטייגער ווי וואקן אדער , yoga וואס קען העלפן מיט ' ן פארדייען און פארמינערן אויפגעבלאזנקייט . שטעלט אוועק א כסדר ' דיגע עקסערסייז רוטינע אויפצובויען אייערע כוחות אין אלגעמיין .
קאנטראל סטרעס : טוט relaxation טעכניקן , א שטייגער ווי טיף אטעמען , מעדיטאציע , וויבאלד סטרעס קען אויפבויען אויפגעבלאזנקייט .
דורכ ' ן איינפירן די סטראטעגיס , וועט איר ערפאלגרייך קאנטראל ' ן אויפגעבלאזנקייט בעזרת ה '. אלעמאל איז וויכטיג איבערשמועסן מיט א העלט-קעיר פראוויידאר פאר פערזענליכע הדרכה געאייגנט ספעציעל פאר אייער צושטאנד , איבערהויפט ווען איר באשליסט אויף מעדיצינען אדער געוואוינהייטן וואס אפעקטירן אייער לעבנסשטייגער .
פאר סיי וועלכע פראגע אנבאלאנגט נוטרישאן און דיעטע שיקט עס אריין דורך fax צו 718-384-5563 אדער רופט 718-599-3444x3 און עס וועט געענטפערט ווערן דורך מרת . וואלקאפסקי אין די ראמען פונעם Shopper ' s Route
86 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024