11 13 24 | Page 85

ח . גראס
גוטע געוואוינהייטן , נישט-דווקא-‏ גוטע געוואוינהייטן , דווקא-נישט-גוטע געוואוינהייטן ...
א געוואוינהייט איז עפעס וואס איז אריינגעלייגט געווארן אלס ' אוטא פילאט ' אין אונזער מח , און יעצט ווערט די מענטש געפירט לויט דעם . ווי נאך נעמען געוואוינהייטן אזוי די אויבן-אן ווי ווען עס קומט צו עסן ?...
א מענטש ' ס כח ווערט גענומען פון וואס ער נעמט אריין אין מויל . מען איז אזוי פארנומען דערמיט אז די אקט פון ' עסן ' אליין נעמט אויף אומגעפער 43,800 שעות פון א געווענליכע מענטש ' ס לעבן !
חוץ פון ' וואס ' מיר עסן , שפילן די ' ווען ', ' וויאזוי ', און ' וויפיל ' מיר עסן סאמע הויפט ראלעס .
א געוואוינהייט איז אבער נישט קיין אורטייל , וועלכע האלט די מענטש פארשמאכטעט , נאר איז עפעס וואס ליגט אין די אייגענע הענט צו טוישן .
ווילט איר אנהאלטן געוואוינהייטן וואס וועלן בענעפיטן פאר אייער אלגעמיינע געזונטהייט ? הער צו : די בעסטע רעזולטאט פון געזונטע עסן געוואוינהייטן איז עס ברענגט ... נאך גוטע געוואוינהייטן .
וויאזוי קען זיין אז די וואס עסט א נארהאפטיגע פרישטאג יעדן אינדערפרי קען זיך פונקט אויך איינהאלטן פון עסן ביינאכט ?
פארוואס פונקט די וואס עסט רואיג און שטייט , עסט זיך אויך נישט איבער ? גאנץ פשוט .
פונקט ווי סוקסעס ברענגט סוקסעס , ברענגט איין גוטע געוואוינהייט ווען עס קומט צו עסן נאך אסאך גוטע געוואוינהייטן .
פאריגע וואך האבן מיר געפאקוסט אויף צוגענג וואס וועלן צוהעלפן מיט וואג-פארלוסט . די וואך וועלן מיר כאפן א בליק אויף געזונטע עסן געוואוינהייטן .
ש . גינזבערג
ח . גראס
בילדער פון קינדער צייגן אפטמאל דאס קינד אינאיינעם מיט א גלאנציגע רויטע לאלי-פאפ , א ריזיגע קאטן-קענדי , ווייכע טשוקלוד-טשיפ קיכעלעך און לאנגע סאוער סטיקס . מער פראפעסיענעלע בילדער פון קינדער צייגן אבער וויאזוי זיי בייסן אריין אין א זאפטיגע רויטע עפל , קייען א מייער , בייסן אריין אין א סעלערי שטעקן מיט א גרויסע שמייכל אויפ ' ן פנים ...
זארגט נישט , דאס זענען פאלשע בילדער – די קינדער מיט סעלערי שטעקענעס ...
פארשער האבן באשטעטיגט אז א קינד ווערט געבוירן מיט אן איינגעבוירענע געשמאק צו זיסע עסנווארג . נאכמער , בשעת א קינד וואקסט וועט ער נאטירליך ציען צו זייער זיסע און פעטע עסן ווייל די עסנווארג זענען רייך אין קעלאריעס און א קינד דארף אסאך ענערגיע כדי צו קענען וואקסן . און מיר דארפן יעצט ' רי-ווייערן ' דאס קינד ' ס מח אז געזונטע עסן זענען גוט !
ווילט איר וויסן וויאזוי צו ' מאכן ' קינדער עסן האול-וויט ברויט אנשטאט ווייסע ? וויאזוי רעדט מען איבער א קינד אז געפארבטע סיריעל , כאטש ס ' איז די זעלבע קאליר ווי פרוכט , איז עס נישט די זעלבע זאך ? זאל נישט אויסגערעדט זיין , אבער ווערט אייער נאכטמאל טיש אפטמאל א שלאכטפעלד צוליב די בלויזע סיבה אז איר האט אנגעגרייט א געזונטע , נארהאפטיגע נאכטמאל ? וויאזוי קען מען מצליח זיין אין די ‏'רי-‏ ווייערן ' פראיעקט ?
פאריגע וואך האבן מיר גערעדט איבער געזונטהייט פאר ערוואקסענע . די וואך וועלן מיר לייגן א דגוש אויף געזונטהייט פאר קינדער . וואס זענען אפאר פראקטישע עצות וויאזוי איינצוגעוואוינען קינדער צו עסן געזונט ?

ליינער רעאגירן ...

פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
אויב האט איר עפעס צוצולייגן , באמערקן , אדער אנפרעגן איבער איינע פון די פארגאנגענע ארטיקלען וועלכע זענען
ערשינען אין די , Shopper ' s Route דאן שיקט צו : Email : nt @ theshoppersroute . com Text : 917.300.9058
* געדענקט צו שרייבן פון וועלכע וואך עס איז , און די נאמען פון די ארטיקל פון וואס איר רעדט .
ארטיקל : Habits Eating פרשת לך לך איך האב געוואלט קאמענטן אויף די לעצטערע צוגאבע ארטיקלען . זיי זענען ! beautiful ח . גראס ’ ס ארטיקל אויסנאם אהערגעשטעלט , רייך באשריבן . איך האב יעצט פארנט פון מיר די Eating
, Habits גוטע געוואוינהייטן נישט דווקא גוטע געוואוינהייטן , דווקא נישט גוטע געוואוינהייטן-‏ די Humor געבט אזא געשמאק פאר אזעלכע ערנסטע topics וואס יעדער וויל הערן דערפון , סיי די אויסוואל פון די , topics די גאנצע וועג וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט , די טידביטס , די סערוועיס מילא , עכט עכט צום זאך , די idea פון אלעס ארום איז אינהאלטספול און רייך , עס ענטהאלט גוטע אינפארמאציע און איז גוט באשריבן . Unbelievable ! איך האב געוואלט פרעגן אויב מ ’ קען קען אפשר רעדן פון די פסכילאגישע חלק פון Eating
-Habits וויאזוי מענטשן , עסן מען לופיט צו עסן א . ד . ג . וויאזוי א מענטש קען טרעפן אנדערע הנאות און . accomplishments יישר כח
) - (
ארטיקל : אינטערוויו מיט מרת . וואלקאפסקי פרשת לך לך די אינטערוויו מיט מרת וואלקאפסקי פון די דיעטישאן גרופע איז געווען גאר נוצבאר ! שוין לאנג וואס איך האב געזען זייערע אדווערטייזמענטס און זיך געוואונדערט ווער עס שטייט אונטער דעם . יעצט בין איך קלארער געווארן פון וואס עס רעדט זיך און זיך טאקע מעגליך אנשליסן מיט ’ ן פראגראם . יישר כח פאר די אינפארמאציע וואס איך וואלט נישט געקענט באקומען אליין .
) - (
א גרויסן יישר כח פאר די אויפגעארבעטע אויסגאבע . וועגן די ארטיקל וועגן עסן און געזונטע עסן געוואוינהייטן , עס איז געשטאנען
Eating Habits
אז טרינקען ביים עסן ברענגט ארויף די עסיד . מען זעהט נאך פון דער רמב ״ ם , אז ער האט געזאגט אז א מענטש זאל נישט טרינקען 15 מינוט פארן עסן , און פאר א שטיק צייט נאכן עסן .
Eating Habits
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 85