און נאכאמאל , די וויכטיגסטע : נאך אלעם איז די נשמה דער עיקר און דער גוף איז בלויז א נארישע טפל . דער אייבערשטער פירט וויפיל חבר ' טעס זי זאל האבן – אפגעזען צו איר מאס , ווי גרינג ס ' זאל זיין אים צו קויפן א נייע העמד – אפגעזען צו זיין מאס , און וועלכע שידוך ער וועט קענען טון – אויך אפגעזען צו זיין מאס .
פוד-קאלערינג און נאטירליכע פלעיווארס
אומרואיגקייט . עקסטרעמע הייפעראקטיוויטעט . אויפרעגעניש . ענקזייעטי , און אפילו נאכגעלאזנקייט און פוילקייט . אויב איר האט באמערקט אז די אומגעוואונטשענע געפילן און אויפפירונגען האבן זיך דראסטיש אויפגעהויבן נאך אייער קינד האט געגעסן א טעלער געצוקערטע , קאלירטע סיריעל אדער א זעקל ' M & M ס , זענט איר נישט אליין .
עלטערן האבן לעצטנס אנגעהויבן באמערקן א פארבינדונג צווישן זייער קינד ' ס אויפפירונג און דאס אז זיי האבן געגעסן עסנווארג וואס פארמאגט איינער פון די סינטעטישע פוד- קאלערינג : red # 3 , red ,# 40 און
. yellow # 5
איר זענט ווייט נישט די איינציגסטע אויב האט איר זיך אמאל גאוואונדערט ( אדער זיך געזארגט איבער ) די אפעקטן וואס פוד-קאלערינג האט אויף א קינד ' ס אויפפירונג .
מען האט שוין דורכגעפירט אומצאליגע שטודיעס אויף די פארבינדונג פון פוד-קאלערינג און , ADHD אבער די רעזולטאטן זענען נאך דערווייל אומקלאר .
געדענקט אבער די פאלגנדע אינפארמאציע :
אומנאטורליכע קאלירן האבן נישט קיין שום געזונטהייט בענעפיטן .
וויאזוי לערנט מען אויס קינדער גוטע manners ביים עסן
א קינד ווערט , פארשטענדליך , נישט געבוירן מיט קיין . manners מען אנטוויקלט זיי מיט די צייט און מיט די אנווייזונגען פון ערוואקסענע .
לאזט די קינדער פאקוס ' ן אויף זייער עסן . לעשט אויס מוזיק און פרובירט צו פארמיידן אויפצוהייבן פאונס וויפיל מעגליך .
קינדער דארפן זיין רואיג מער ווי זיי דארפן געדענקען צו עסן מיט א פארמאכטע מויל , דערפאר פרובירט זיי צו ' נודשענען ' ווי ווייניגער . ס ' איז גוט אויפצומאכן א סימן אדער אן איינציג ווארט וואס איר וועט נוצן אלס א דערמאנונג .
צום ביישפיל :
כדי זיי אויסצולערנען צו נוצן א נעפקין – אנשטאט זייער ארבל – ווען זיי ווילן זיך אפווישן זייער מויל , זאגט נאר די ווארט נעפקין , אדער רוקט איידלערהייט א נעפקין נאנט צו דאס קינד ' ס פלאץ .
צו עסן מיט א פארמאכטע מויל : לייגט א פינגער אויף אייער מויל אדער ווייזט נאר מיט אייערע אויגן , פרובירט אויסצומיידן נעגאטיווע ווערטער .
זייט רעאליסטיש . א קינד קען נישט איינזיצן צו לאנג . רוב קינדער , פון די צוויי יאר אלט און העכער קענען רואיגערהייט איינזיצן ביי א נאכטמאל טיש פאר אזויפיל מינוט ווי זייער עלטער . אויב א זיבן יעריגע זיצט איין פאר מער ווי זיבן מינוט איז עס נאר א באנוס .
הייבט ארויס גוטע אויפפירונג אנשטאט שלעכטע . קאמפלימענטירט דאס קינד וואס בעט שיין , עסט רואיג און כאפט נישט קיין זאכן , און אלע וועלן הנאה האבן פון די געוואונטשענע רעזולטאטן .
122 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024