פוד-קאלערינג איז אינטערעסאנט פאר קינדער . די מארקעט ווייסט וויאזוי צו כאפן קינדער צו עסן געוויסע זאכן : פארוואס זאל דאס קינד אויפהייבן א בלאסע קענדי קעגן א זאפטיגע רויטע אדער בלויע ?...
פאר 80 % קינדער מיט , ADHD וועט פוד- קאלערינג העכערן זייערע סימפטאמען .
מען מוז אבער נישט זיין דיאגנאזירט מיט ADHD אז פוד-קאלערינג זאל זיין שעדליך פאר א קינד . אויב אייער קינד ליידט נישט אויף , ADHD אבער איר באמערקט אז נאכ ' ן עסן קאלערינג ווערן זיי ' הייפער '.
דערפאר , פרובירט אריינצונעמען ווי ווייניגער אומנאטירליכע פלעיווארד און קאלירטע עסנווארג אינדערהיים און ווי מער עסנווארג מיט נאטירליכע קאלירן און טעמים .
פארוואס איז אפילו וויכטיגער פאר קינדער צו עסן געזונט ווי ערוואקסענע ?
קינדער האבן א גרעסערע געברויך פאר ענערגיע , וואסער און אקסידשען בשעת זיי וואקסן . קינדער ' ס קערפערס זאפן אויך איין די נערונגען פון עסנווארג שנעלער ווי ערוואקסענע .
קינדער וואס זענען אויף א געזונטע דיעטע זענען רוב מאל די וואס :
זענען אויך די בעסטע אין חדר און אין סקול פילן בעסער פיזיש און גייסטיש
פארמיידן דעפרעסיע , ענקזייעטי און נידריגע זעלבסט-שאץ
אט איז א ליסטע פון וויכטיגע וויטעמינען און נערונגען , זייערע בענעפיטן און וואו זיי געפינען זיך .
נערונג
וויטאמין A
וויטאמין C
קאלציום
פייבער
פאלעיט
אייזן
מאגניזוים
פאטעזיום
געזונטהייט בענעפיטן
געזונטע אויגן און הויט , פארמיידט אינפעקציעס
געזונטע ציינער און גומען , העלפט היילן וואודן און שניטן
געזונטע ציין און ביינער
געזונטע פארדייאונגס סיסטעם , פארמינערט די ריזיקע פון הארץ קראנקהייטן
פארהיילט וואונדן , געזונטע צעלן
געזונטע בלוט , העלפט מיט ' ן לערנען
געזונטע ביינער
געזונטע בלוט-דרוק
געפינט זיך אין
אפריקאטס , קרויט , קענטעלאופ , מייערן , גרעיפ-פרוכט , לעטאס און מערערע בלעטער , מענגאוס , ספינעטש , זיסע קארטאפל , טאמעיטאס , וואסער מעלאנע
פעפערס , בראקעלי , קרויט , קאנטעלאופ , קאליפלאוער , גרעיפ-פרוכט , מאראנצן , פיינעפל , סטראבעריס , טאמאטעס
גרינע גרינצייג , ספינעטש
עפלעך , באנאנעס , בונדלעך , בראקעלי , פיטשעס , בארן , ספינעטש
בראקעלי , בונדלעך , גרינע גרינצייג , ספינעטש , סטראבעריס
בונדלעך , לינזן ( lentils ,) ספינעטש
בונדלעך , ספינעטש
באנאנעס , בונדלעך , בראקעלי , קארטאפל , זיסע קארטאפל , טאמאטעס
אזויפיל קינדער האבן פיינט גרינצייג , און אנדערע האבן עס דווקא ליב מער ווי סיי וואס . וויאזוי זענען אייערע קינדער ווען זיי טרעפן א טאמאטע אין זייער טעלער ?
~ מיינע קינדער ' ס מערסטע באליבטע עסנווארג איז גרינצייג ! זיי בעטן זיך פאר נאך אוגערקעס און האבן ליב צו עסן לעטאס פאר סנעק .
~ ווען איך שטרענג זיך אן – איך צעמאל די גרינצייג אז מ ' זאל עס נישט דערקענען , איך לייג עס אין א סענדוויטש , איך שנייד עס אין אינטערעסאנטע פארמען – וועלן זיי עס עסן .
~ מיינע קינדער וועלן נישט עסן קיין שום זאך וואס האט אמאל ארויסגעשטעקט א פינגער פון דער ערד – זיי קענען בכלל נישט עסן קיין גרינצייג און נישט קיין חילוק וויפיל איך שטרענג זיך אן איז נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש .
סורוועי !
רופט אונז אריין מיט אייער ענטפער . 718-599-3444x3
און מיר וועלן פארעפנטליכן די פראצענטן קומענדיגע וואך אי '' ה .
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 121