11 13 24 | Page 111

1
1

קאמיוניקעישאן

דער שפראך פון הארץ צו הארץ
אריינפיר :
" וואס הערט זיך ?" וואס איז עפעס נייעס ?" " וואס מאכן די עלטערן ?"
דאס זענען די געווענליכע פראגעס וואס ווערן געפרעגט ווען אלטע גוטע פריינט טרעפן זיך צוזאמען . אבער , ווי אינטערעסאנט איז דער דראמאטישער טויש פון וואס איז געווען די באדייט-‏ די אינהאלט-‏ פון די פראגעס פון עטליכע יאר צוריק ביז היינט . נישט לאנג צוריק ווען צוויי מענטשן האבן זיך געטראפן האבן די פראגעס געמיינט ארויסצוווייזן אינטערעסע אין די וואוילזיין פון דעם גוטן פריינט וואס מ ' האט געטראפן . מ ' האט זיך געקענט אפשטעלן פאר עטליכע מינוטן און באמת האבן א גוטע שמועס און ארויסווייזן ווארעמקייט און געפיל פון איינעם צום צווייטן .
היינט זענען די זעלבע פראגעס א וועג ווי איינער זאגט , " אונז קענען זיך פון ערגעץ ", אבער מען איז באמת נישט צו שטארק אינטערעסירט יעצט צו וויסן וואס יענער מאכט .
עס דרייט זיך ארום א ווערטל : ווער איז באמת איינעם וואס מען קען באטראכטן אלץ אן אנשיקעניש פון וועמען עס איז שווער לויז צו ווערן ? איז דער יעניגער ווען מ ' פרעגט אים וואס הערט זיך אדער וואס איז נייעס און ער פאנגט טאקע אן צו דערציילן נייעס .
עס געדענקט זיך נאך גאנץ גוט פאר די וואס זענען אביסל עלטער , ווען אריינגיין אין א גראסערי האט געמיינט צו ווערן באגריסט פונעם אייגנטומער און האבן א קורצע שמועס ארויסגייענדיג פילנדיג היימליך און אויפגעלייגט און אפילו מיטגעברענגט א גרוס פונעם
גראסערי אייגענטומער פאר די עלטערן .
אין די היינטיגע נייע עפאכע האט זיך דאס גענצליך געטוישט , ווען דער גראסערי אדער בעסער געזאגט דער סופערמארקעט וועט זיך שטאלצירן אז " ביי אונז קענט איר זיין ארויס און אריין אונטער געציילטע מינוטן ".
אויב וואלט א גראסערי געשריבן עטליכע יאר צוריק די זעלבע פראזע , " ביי אונז קומט איר אריין און איר גייט ארויס נאך פאר איר זענט אריינגעקומען ", וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז עס איז נישט דא קיין היימישקייט , קיין נאנטקייט מיט א מענטש וואס מען באגעגנט זיך יעדן טאג , וואלטן די מערהייט פון די מענטשן נישט געזוכט אריינצוגיין דארט .
ווען דער פראבלעם פאסירט נאר אין די גראסערי איז בכלל נישט אזוי געפערליך , אבער די ווייטאג איז אז דאס איז נאר איינע פון די ערטער וואו די מאנגל אין ריכטיגע קאמיוניקעשאן קלאפט אויס .
די וועלט טוישט זיך אבער נישט די הערצער
לאמיר געדענקען . ריכטיג , דער וועלט האט זיך געטוישט עס איז גאנץ אן אנדערע וועלט פון אמאל און נאכמער איז צום באדויען אז דער וועלט האלט זיך כסדר אין איין טוישן . אין דער זעלבער צייט וואס ווען מיר אלע כאפן א בליק אויף צוריק וועלן מיר זיך אפטמאל צוריקבענקען צו דעם אלטן זיסן אמאל-‏ ווען ס ' איז געווען רעספעקט צווישן איין מענטש צום צווייטן , צו די געפילן פון אנדערע מענטשן-‏ קלערט מען צו זיך , מען דארף דאך מיטגיין מיט ' ן גאלאפ און נאכלויפן דעם שוואונג .
אבער מיר דארפן האבן פאר די אויגן אז די נאטור פון מענטשן טוישן זיך נישט .
דער בורא עולם וואס באשאפט יעדן מענטש זינט בריאת העולם האט נישט געטוישט די וועג וויאזוי ער באשאפט די היינטיגע הערצער .
די רעסעפי און די אינגרידיענטס וויאזוי מען פלעכט א קשר און מען מאכט א נאנטקייט צווישן איין מענטש צום צווייטן איז געבליבן דער זעלבע ווי אמאל .
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 111