BEFORE
718.812.7019
Blossom with Dewdrops : Unlock vitality and health with our discovery program !
REGISTRATION OPEN 845.777.9797
FREE PROGRAM : OPEN YOUR POTENTIAL AND IGNITE YOUR TRANSFORMATION WITH INSPIRING STORIES OF HOPE AND HEALING !
PLAYBACK AVAILABLE ON PROMPT 0 dewdropsprogram @ gmail . com
הרב יקותיאל אלימלך
פריעדמאן שליט " א
די אלע נייע עצות און מעטאדן וואס די מאדערנע וועלט ברענגט מיט זיך , מיט ' ן מ ' כלומר ' ישע ציל אז מענטשן זאלן ווי מער און ווי שנעלער און גרינגער קענען שיקן מעסעדזשעס פון איינעם צום צווייטן , איז דאס אבער נאכאלץ נישט קיין אויסגעהאלטענע און סוקסעספול וועג פון הערצליכע קאמיוניקעשאן .
אין דעם נאנטן טאג טעגליכע לעבן , ווען עס איז אזוי קריטיש וויכטיג אז עס זאל זיין אן אמת ' ע פארבינדונג צווישן איינע מיט ' ן צווייטע און אויך דארט פילט זיך א געוויסע ליידיגקייט פרעגט זיך די פראגע , " וואס איז היינט אנדערש ווי אמאל ? פארוואס איז אזוי שווער אז מענטשן זאלן קאנעקטן איינע מיט ' ן צווייטן ?"
דעריבער וועלן מיר בס " ד אנפאנגען א סעריע ארטיקלען אויף דעם גאר וויכטיגע טעמע פון קאמיוניקעשאן-די שפראך פון הארץ צו הארץ- און טרעפן וואס איז טאקע די פראבלעם , פארוואס זאלן מענטשן היינט אזויפיל זיך מוטשענען אויף דעם געביט .
אין דער זעלבער צייט וועלן מיר בס " ד געבן ריכטיגע און וויכטיגע עצות און אנווייזונגען וויאזוי מען דארף האלטן א שמועס , וואס זענען די ריכטיגע כלים פאר א מענטש צו שמועסן מיט א צווייטן און נישט בלויז צו " כאפן א שמועס ". מיר וועלן זיך איבערצייגן אז " כאפן א שמועס " און " באמת שמועסן מיט יענעם " ברענגען די פארקערטע רעזולטאטן .
און מיר ענדיגן מיט א תפילה , חפץ ה ' בידינו הצליח . מיר זאלן האבן הצלחה און באמת קענען ארויסהעלפן אונזערע חשוב ' ע ליינער .
די געדאנק איז מרמז אינעם פסוק וואס רעדט זיך פון די גליקליכע צוריקקער- " והשיב " לב " אבות על בנים ולב בנים על אבותם "
דער נביא אנטפלעקט שוין פון פאראויס אז אין די טעג פאר ביאת המשיח וועט זייןשוועריגקייטן וויאזוי נאנט צו ברענגען אפילו די הארץ פון א טאטן צו זיינע קינדער .
AFTER
לאמיר טאקע בקרוב זוכה זיין צו דעם אויבנדערמאנטע פסוק בב " א .
110 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024