10 30 24 | Page 68

די השגות פון ר ' ברוך יודא גאנץ האט מיך ערשטוינט . די אופן וויאזוי ער האט אוועקגעשאנקען די מצוה פון ' ושננתם לבניך ' פאר דער ריבניצער צדיק האט מיר באמת איבערגענומען . פארשטייט זיך די וועג וויאזוי עס איז געשריבן געווארן האט נאר צוגעגעבן צו די דראמאטישקייט פון די אומגלויבליכע געשיכטע .
- ח . גראס
• ארטיקל : מיינע ליפן וועלן דערציילן דיין לויב
• סוכות אויסגאבע
א גריס צו מיין קאלעגא די שרייבערין פון " מיינע ליפן וועלן דערציילן דיין לויב ". עס איז געווען זייער זייער גוט ! איך האב ממש געפילט ווי א חלק פון די מעשה , אויף אזוי ווייט אז איך האב געוואלט אנכאפן ר ' ברוך יודא ' ן ביים קארג און אים שלעפן צום דאקטער וועם דער אומבאקאנטער לויער האט פארגעשלאגן . עס איז געווען פונקט אין צייט צום ריבניצער ' ס יארצייט .
- מ . רייך
• ארטיקל : איך זיך אים צו דינען נישט ער זאל מיר דינען
• סוכות אויסגאבע די טיפע רושם וואס די ארטיקל ה א ט געלאזט אויף מיר איז אומבאשרייבליך . אייגנטליך זאגט שוין די טיטל אסאך איבער די ' ווייב ' וואס דרינגט דורך די ווערטער . די אינספאראציע שטאמט אודאי פון די איבערמענטשליכע העלדין , רביצין קרמל , אבער ח . גראס , די טאלאנטפולע כלי ראשון האט באוויזן אנצוהאלטן די ווארעמקייט און עס אראפלייגן אויף א אויסערארדנטליכע קונצליכע פארנעם . editor -
• ארטיקל : דער געפעלשטער ירושלמי
• סוכות אויסגאבע
עס איז געווען מורא ' דיג באלערנד זיך צו באקענען מיט א פארנעפלטע ש ט י ק היסטאריע אויסגעשטעלט מיט אזא זעלטענע קלארקייט און געניטע פעדער ! editor-
• סוכות אויסגאבע
I would like to express a sincere thank you for such a great publication ! A special thanks for keeping your reading section separate from the advertisements so that we busy Yiddishe Mammes should be able to enjoy it fully on Shabbos ! A happy reader
• סוכות אויסגאבע
איך וויל זיך זייער שטארק באדאנקען פאר די הערליכע אויסגאבעס און ארטיקלען איבער ראש השנה , יו ״כ און סוכות . די מעשות זענען געווען אזוי שיין , ספעציעל פאר סוכות איז געווען אזוי סאך קוואליטי זאכן צו ליינען .
מרת פ . א .
• סוכות אויסגאבע
איך האב געוואלט ארויסברענגען א גרויסן יישר כח פאר די סוכות אויסגאבע . עס איז געווען הערליך שיין ! איך קען זיין ראוהיג מיט לאזן די קינדער ליינען יעדע איינציגסטע ארטיקל . די מעשות פון צדיקים איז הערליך , די פארזעצונג איז אויסערגעווענליך … אלעס איז שיין און תוכנ ׳דיג , און מען קען זעהן אז מען לייגט אריין אסאך ארבעט אין עס . מיר ווארטען אויף עס יעדע וואך ! נאך א יישר כח דארף מען געבן פאר די סוכות אויסגאבע , עס איז געווען אויסערגעווענליך שיין . יעדע איינציגע ארטיקל און מעשה איז געווען אזוי שיין מיט אזא רייכע אינהאלט און פיל מיט תוכן . עס איז נישט געווען קיין איין ליידיגע ארטיקל , אלעס האט געהאט אזוי פיל צו דערציילן . איר טוט באמת אן עבודת הקודש אין צושטעלן ליין מאטעריאל וואס איז אינהאלטסרייך און אינגאנצן אויסגעהאלטן און מיט גוטע השקפות .
- ברוך פ .
68 SHOPPERS ROUTE October 30 , 2024