ליינער רעאגירן ...
פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
נאכ ' ן ליינען א געשריבן ווארט , האט די ליינער / ין אן איינדריק . עפעס א געדאנק פולט אן דעם מח געוואנדן לויט וואס מען האט געליינט , לויט די פערזענליכקייט און לויט די ערפארונג .
אסאך מאל איז דאס וואס קומט ארויף אין מח ביי איינעם , עפעס וואס קען זיין גאר נוצבאר פאר אנדערע , אדער גאר קען עס געבן מוט פאר ' ן שרייבערין ווייטער צו גיין מיט איר ארבעט .
צוליב די אויבערדעמאנטע סיבות האבן מיר פארמירט די פלאטפארמע אונטער ' ן נאמען , ' ליינער רעאגירן ', צו הערן פון אייך אייער געדאנקען , מיינונג און רעאקציע איבער די ארטיקלען .
ווען איר שיקט אריין אייער קאמענטארן , ביטע זייט אויפמערקזאם צו צוצולייגן איבער וועלכע ארטיקל און פון וועלכע וואך איר שרייבט וועגן .
די וועגן אריינצושיקן זענען : Phone / Text : 917.300.9058
Email : nt @ theshoppersroute . com
אצינד פאר די ערשטע וואך וואס די פלאטפארמע לויפט ברענגען מיר דא פאר אייך וואס די שרייבערינס האבן געשריבן אויף זייער קאלעגא ' ס ארבעט .
האב נישט געקענט גלייבן אז א מענטש פון פלייש און בלוט קען דערגרייכן צו אזעלכע הויכקייטן . איך בין ספעציעל גערירט געווארן ווען זי האט אנגערירט די טעמע פון איר אטעם , און איך האב ממש אנגעהויבן צו שפירן מיין אייגענע יעדע אטעם , ווען מיין הארץ ווערט פול מיט דאנקבארקייט צו השי " ת אז איך קען אטעמען אליין . מיינע אלע פראבלעמען האבן פלוצלינג אויסגעזען קליינליך און מיין געפיל ווען איך האב געענדיגט ליינען די לעצטע ווארט איז געווען דאנקבארקייט צו השי " ת אז איך קען ברוך השם גיין און קומען , און אטעמען אליין . אבער בין איך פארזיכערט ? אויב איך לאן זיך אן אין אונזער גוטער באשעפער דארף איך פון גארנישט מורא האבן .
- ה . רובין
• ארטיקל : רחל ' ע
• סוכות אויסגאבע איך וויל אויסדרוקן מיין התפעלות אויף די אויסנאם געלונגענע ארטיקל פון רחל ' ע אנשין ע " ה . די אפנהארציגקייט מיט וואס עס איז דערציילט געווארן האט מיר מורא ' דיג געכאפט . ספעציעל די שטארקייט פון צו קענען זאגן " מיר גלייבן באמונה שלימה אז דער רבוש " ע האט אזוי צוגעפירט און אוועקגענומען אונזער שכל און ס ' איז זיכער געווען לטובה אז רחל ' ע איז דורכגעגאנגען איר פראצעדור נאך אין ארץ ישאל , כאטש עס זעט היינט אויס ווי איין גרויסער טעות ." האב איך געזען אלץ געוואלדיגע חידוש . אין די קוואליטעט מיט וואס עס איז געווען געשריבן , מ . רייך , פשששש …
- ח . גראס
• ארטיקל : מיינע ליפן וועלן דערציילן דיין לויב
• סוכות אויסגאבע
• ארטיקל : רחל ' ע
• סוכות אויסגאבע שוין זייענדיג באקאנט מיט די מחלה און אירע שרעקליכע רעזולטאטן האט מיר נישט געצויגן צו ליינען מער דערפון . אבער גלייך ז ע נ ע ן מיינע אויגן געפאנגען געווארן צו די שורות , וואס האבן אויסגעדריקט אזוי פיל פאזיטיווקייט און הומאר . די העלדין פון די געשיכטע האט מיר געלאזט מיט אן אפן מויל , ווען איך
October 30 , 2024 SHOPPERS ROUTE 67