10 1 24 | Page 154

אבער , ענדליך האב איך געטראפן די קאר און איך האב זיך גענומען פארן . איך האב זיך אפגעשטעלט ביי קאפף ' ס בעקעריי צו קויפן קוכן צו האבן מיט וואס מכבד זיין די חברה .
הכרת הטוב ?
געוויס ... אויך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק , וואו מען האט מקפיד געווען ארויס צו ווייזן הכרת הטוב צו די באאמטע . – און איך בין געפלויגן גראד צום סטאנציע !
איך בין טאקע געווען איבערראשט אז זיי האבן געפינען דאס געלט , אבער איך האב נישט געקלערט אז ס ' איז די גאנצע סומע . כ ' האב געטראכט אז כ ' וועל אפשר צוריקבאקומען א טויזנטער אדער צוויי . אבער ווי נאר דער דעטעקטיוו האט זיך באוויזן מיט ' ן ענוועלאופ אין האנט האב איך געוואוסט אז איך בין א געהאלפענער ; כ ' האב גראד געקענט זען אז ס ' איז דיק און אנגעשטאפט ...
די ישועה איז אנגעקומען צום סוף !
ב " ה ! זיי האבן מיר געהייסן אפציילן דאס געלט אין די אנוועזנהייט פון צוויי עדים , און אלעס האט געשטימט אויפ ' ן האר . " איר קענט גיין !" האבן זיי מיר געזאגט מיט א שמייכל ... איך בין אבער נישט גלייך געגאנגען . איך האב צוערשט געמוזט פארשטיין וויאזוי זיי האבן מצליח געווען צו לייגן א האנט אויף דער אבידה .
זיי האבן מיר גערן פארציילט וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען . די טאכטער פון די גנב ' טע איז אן ארנטליכע ; זי האט געפילט שלעכט און געוואלט צוריקגעבן דאס געלט . זעט אויס אז זי ראט נישט אין איר מאמע ... זי האט איבערגעדרייט דאס הויז און געפינען די גערויבטע בינטל ! די מאמע האט געמאכט א גוטע ארבעט מיט ' ן דאס פארשטעקן . ( פיל אלצהיימער ' ס-‏ ליידנדע צייכענען זיך אויס אין באהאלטן זאכן .( די טאכטער האט זיך נישט פארזוימט און גלייך
אריבערגעברענגט דאס פעקל צו די פאליציי סטאנציע .
זי האט געוואוסט דערפון פון די אבלאווע וואס די פאליציי האט אפגעהאלטן ביי איר מאמע ' ן אין שטוב ?
זעט אויס אזוי . נאכ ' ן אפנעמען מיין אבידה בין איך ארויס פון זייער אפיס אינגאנצן באנומען . כ ' האב געוויינט ווי א קינד און געזאגט מזמור לתודה און אפאר קאפיטלעך תהילים מיט אויגן נאס פון טרערן . ס ' האט גארנישט געפעלט פון מיין פארמעגן ; אלעס איז דארט געווען ! כ ' האב נישט געקענט צו זיך קומען פון די איבערלעבעניש .
די קוכן האבן זיי נישט געוואלט נעמען , די פאליציי אפיצירן . אבער נאך אביסל געבעטן האבן זיי עס איבערגענומען . איך האב זיי שטארק באדאנקט אויף זייער געטרייע ארבעט און אויף דעם וואס זיי ארבעטן אלעמאל האנט-אין-האנט מיט די שומרים ארגאניזאציע . עד כאן המעשה !
מורא ' דיג ! עס עגבערט מיר אבער נאך איין שאלה : איר האט למעשה געווינען די לאטערי ?
די לאטערי ? אה , ניין ...
צום שלוס , וואס האלט איר קען מען זיך ארויסלערנען פון די פאסירונג ?
עטליכע זאכן . קודם כל , די כח פון צדקה . איך האב דאך ארויסגעהאלפן דעם בחור פאר זיין חתונה , און דורכדעם האב איך באקומען א ברכה פון אים . און דאס ברענגט מיר צו די קומענדיגע לימוד , די געוואלדיגע כח פון א איד ' ס ברכה ! און פארשטייט זיך אז מען קען זיך אויך לערנען פון דעם זיך נישט מייאוש צו זיין . מיין ישועה איז דאך אנגעקומען אזוי אומגעראכטן ! אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים ... מען טאר קיינמאל נישט אויפגעבן ; מען דארף אלעמאל בעטן !
א גרויסן שכ ' ח ! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן פיל הצלחה און א שטענדיגע שפע און א גוט געבענטשט יאר !
154 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024