10 1 24 | Page 153

די כח פון

א ברכה

" זאלסט האבן א גוט געבענטש זיס לעכטיג יאר מיט אלעם גוטן ..." צוויי גוטע חברים שאקלען זיך די האנט , ווען אין די טעג פון ימי רחמים ורצון וואונטש מען זיך איינער די צווייטע . אבער די אלע ברכות וואס מיר וואונטשן זיך אין די טעג זענען נישט בלויז ווערטער וואס דינען אונזער מענטשליכקייט , אז מיר זאלן קענען פארענדיגן די שמועס מיט אונזערע באקאנטע אויף א שיינע אויפן .
די ברכות האבן א כח , מען דארף נאר צולייגן אביסל כוונה , עס מיינען מיט די גאנצע הארץ , און די ווערטער פון אידישע קינדער דערגרייכן הויעך , זיי קענען דערגרייכן אין ציל , זיי ווערן טאקע מקיום , און ברענגען א גוט געבענטש זיס לעכטיג יאר פאר אלע אידן .
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 153