די כח פון
א ברכה
א טייערע ברכה
עס איז געווען איין פרימארגן אין דעם מונקאטש ' ער בית מדרש אין וויליאמסבורג . דער בעל תפילה האט קוים געהאט געענדיגט קדיש , און א בחור ' ל האט זיך געשטעלט ביים בימה , און אויסגעקלאפט אז ער וויל עפעס זאגן .
" א גוטן חשובע ברידער פון אמעריקע ," האט זיך קלאר דערקענט זיין ארץ ישראל ' דיגע דיאלעקט . " איך בין א חתן פון ארץ ישראל , און איך דארף זיך אליין צאמשטעלן די הוצאות פון מיין חתונה . העלפט מיר אז איך זאל נישט פארשעמט ווערן , און איך זאל קענען גיין אונטער די חופה בקרוב , מיט אלעס וואס איך דארף , פאר די דירה , פאר די שטאפיר , פאר די חתונה , און עס וועט זיין פאר אייך א זכות . און איר זאלט געבענטש ווערן מיט אלעס גוטס . אין זכות פון די צדקה זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן , און איר זאלט זעהן נחת פון אייערע קינדער און אייניקלעך ."
די ווערטער זענען געווען הארציג און זיס . דער חתן האט גערעדט פון הארץ ארויס , און זיין יונגע פנים , צוזאמען מיט זיין ערליכקייט האט געשפיגלט אין זיינע הארציגע רייד . די געבעט פון דעם חתן האט באנומען די מתפללים און אסאך טעשער האבן זיך לייכטער געעפנט , ווייל זיי זענען געפאנגען געווארן צו דעם חתן ' ס הארציגע געבעט .
ר ' מנחם שטיין איז אויך געשטאנען דארט אין די מנין און צאמגעדרייט זיינע תפילין , באטראכטנדיג דעם חתן פונדערזייט . ער האט געפילט ווי עפעס טרייבט אים צו העלפן דעם חתן מער פון זיין געווענליכע צוויי דאלער .
" זאג נאר חתן טייערע ," האט זיך מנחם געוואנדן צום חתן , " וואונטש מיר אן אז מיין זון זאל בקרוב ווערן א חתן נאך פאר די זמן ענדיגט זיך , און אויב ער וועט טאקע א חתן ווערן ביז א קורצע צייט , וועל איך דיר געבן א גאר שיינע און גרויסע סכום ."
מנחם ' ס זון איז געווען א חשובע בחור , שוין זייענדיג
איבער א יאר אין שידוכים אן דעם וואס עפעס זאל זיך ריקן , א טראפ איז שטארק געלעגן אויף די הארץ פון דעם טאטע ' ן , וואס וויל פאר זיין זון דער בעסטע און שענסטע פון מארק .
דער חתן האט נישט געצעגערט קיין מינוט , פארמאכט זיינע אויגן , און אנגעכאפט ר ' מנחם ' ס הענט און מיט זיין גאנצע הארץ און נשמה געוואונטשן , " השי " ת זאל העלפן אז אייער זון זאל בקרוב א חתן ווערן , און זכות פון די גרויסע מצוה פון צדקה , און אין זכות פון אלע צדיקים , נאך פאר די דאטום וואס איר האט אראפגעשטעלט ."
די הארציגע ברכה פונם חתן , וואס איז געזאגט געווארן הויעך מיטן גאנצן ברען האט געברענגט קאמישע שמייכלען אויף די מתפללים ארום . די גאנצע זאך האט זיי אויסגעזעהן ווי א פשוטע שפיל .
איינע פון די מתפללים וואס האבן געקענט ר ' מנחם האט אפען ארויסגעוויזן זיין וואונדער , " זייט ווען ביסטו א חסיד פון ברכות ? איך האב דיר שוין אפאר מאל געהערט אוועק מאכן פון דו אלע וואס פראווענען ...."
א צווייטע איד האט שטיל אריינגעמורמלט צום חתן אין אויער אז ער זאל בכלל נישט ערווארטן פון ר ' מנחם קיין געלט , און בעסער איז פאר אים אויב ער פארגעסט פון די גאנצע זאך .
ר ' מנחם האט שטייטעליך פארמאכט זיין תפילין בייטל , ווען ער קען נישט אויפקומען מיט א גוטע ענטפער צו די קופקע וואס נעמט אים ארום , ווילנדיג הערן מער דעטאלן פון זיין צוזאג פאר דעם חתן , און די ברכה וואס ער האט זיך איינגעקויפט . ' ס ' איז טאקע מאדנע פארוואס איך האב באשלאסן צו בעטן פון דעם חתן א ברכה . אבער יעצט ווען איך האב די ברכה פיל איך ווי איך האב באקומען א טייערע זאך .'
אבער ווי נאר ר ' מנחם שפאצירט ארויס פון בית המדרש באשליסט ער צו פארגעסן פון די גאנצע זאך , און נישט לייגן צופיל האפפענונג דערויף .
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 151