•
אבער נאך פאר ער האט געקענט פארגעסן פון די מעשה , האבן זיך זאכן אינדערהיים אנגעהויבן צו ריקן אין דעם גוטן ריכטונג . דער שדכן האט גערופן , און נאכדעם צוריקגערופן . די אנדערע זייט איז געווען גרייט צו גיין ווייטער , און די זאך האט אויסגעזען אינטערעסאנט ביי וועלכע וועג מען האט עס געדרייט .
קוים פיר וואכן שפעטער איז ר ' מנחם געשטאנען אין דעם הויז פון זיין נייע מחותן און אפגענומען פרייליכע מזל טוב וואונטשן פון חברים און באקאנטע .
" נו ר ' מנחם , וואס איז מיט דיין צוזאג צום חתן ," האט אים אריינגערוימט איינע פון די מתפללים פון זיין קביעות ' דיגע מנין .
" דו ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט מיר ," דריקט ר ' מנחם די האנט פון זיין חבר . " אבער צו זאגן די אמת , איך האב אפילו נישט דער נאמען פון דעם חתן ."
" שוין , האט מען געשמועסט אז דו האסט עס נישט ערנסט געמיינט ," קלאפט אים דער איד און רוקן , פאר ער גייט ווייטער צו פארזיכן א טעלער פרישע קוגל .
אבער ר ' מנחם האט עס דאס מאל יא געמיינט ערנסט , און ער האט יא געוואלט טרעפן דעם חתן ,
און אים באצאלן די פרייז וואס זיין הארציגע ברכה איז ווערד .
יענע נאכט , איז ר ' מנחם געזעצן ביי זיין טעגליכע שיעור פארגעלערנט דורך דער חשובע מגיד שיעור ר ' פייוול קליין שליט " א . די משתתפים פונם שיעור האבן פרייליך אנטפאנגען דעם פרישן בעל שמחה און אים אפגעגעבן פרייליכע מזל טוב גריסן .
ר ' מנחם האט אויסגעניצט די געלעגנהייט ווען ר ' פייוול האט אים אפגעגעבן א פרייליכע מזל טוב צו הערן צו ער האט אן עצה טובה . " צו ווייסט איר ווי אזוי איך קען טרעפן דעם חתן , אויב איך פארמאג אפילו נישט זיין נאמען ?"
ר ' פייוול האט זיך פארטראכט א מינוט , " מען קען פרובירן אים צו זוכן דורך די אידן וואס העלפן ארויס די חתנים וואס קומען קיין אמעריקע . איך וועל זעהן וואס איך קען טון דערצו ," האט ער פארענדיגט מיט זיין גוטמוטיגן שמייכל .
•
'' א גוטן איז דאס ר ' מנחם שטיין ?''
'' יא '' " איך האב געפינען דעם חתן !"
ר ' מנחם האט פעסט אנגעהאלטן דעם סעלפאן ביי זיין אויער צו מאכן זיכער אז ער הערט ריכטיג און ער האט געשפירט אז זיין הארץ שפרינגט פון גליק . ברוך השם !!
פון וועלכע חתן ער רעדט האט ר '
איינע פון די מתפללים וואס האבן געקענט ר ' מנחם האט אפען ארויסגעוויזן זיין וואונדער , " זייט ווען ביסטו א חסיד פון ברכות ? איך האב דיר שוין אפאר מאל
געהערט אוועק מאכן פון דו אלע וואס פראווענען ...."
150 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024