347.746.0453
אינפארמירט
דורך : מרת . וואלקאספקי פון Dietitian Group
איז עס ריכטיג אז עסן שפעט ביינאכט איז צוויי מאל די קאלעריעס ? און אויב איר קענט ערקלערן פון וואו די געדאנק שטאמט :
ניין , יעדע עסנווארג האט די זעלבע נומער פון קאלעריעס אפגעזען ווען זיי ווערן געגעסן . אן אכציג קאלערי עפל וועט האבן 80 קאלעריעס צופרי און ביינאכט . פונדעסטוועגנס , עסן שפעט ביינאכט האט גרויסע מעגליכקייטן צוצוברענגען צו מאכן אומריכטיגע באשלוסן איבער וואס און וויפיל צו עסן וויבאלד ווען מען איז מידער איז שווערער צו עסן געזונט , וואס דאס מאכט נוטרישאניסטס אייך אפרעדן פון עסן ביינאכט . ביי א קומענדיגע געלעגנהייט וועלן מיר אויסשמועסן וויפיל שעה איידער מען לייגט זיך שלאפן אז מען אויפהערן צו עסן , צו לאזן דעם מאגן רוען און אז די עסן זאל זיך ריכטיג פארדייען .
וואלט איר רעקאמענדירט צו אימפלימענטן פראטיען בארס אלס א חלק פון אונזער דיעטע ? ניין . פראטיען בארס זענען זייער א פראצעסירטע פארעם פון פראטיען . די אמת ' ע , נאטירליכע פראטיען זענען די בעסטע ווען מען וויל אריינלייגן פראטיען אינעם דיעטע . ביישפילן פון נאטירליכע פראטיען זענען , טשיקן , פיש , ניס , בונדלעך , טשיקפיס און אזוי ווייטער .
פאר סיי וועלכע פראגע אנבאלאנגט נוטרישאן און דיעטע שיקט עס אריין דורך fax צו 718-384-5563 אדער רופט -718
599-3444x3 און עס וועט געענטפערט ווערן דורך מרת . וואלקאפסקי אין די
ראמען פונעם Shopper ' s Route
The Coming Sunday & Monday Feb 2 & 3 12:00 - 7:00
January 29 , 2025 SHOPPERS ROUTE 87