3 5 25 | Page 29

ציון וירושלים , די וויין וואס געדענקט און בענקט .
ציון . א וויינעריי דורך ירושלימע וויזיאנערן , אוועקשטעלט איבער הונדערט פופציג יאר צוריק מיט א היסטארישע בליק . די גרינדער האבן געאטעמט גלות און גאולה , האלטענדיג אין זכרון די וויין געטרונקען דורך אידן אין ירושלים עיה ” ק זיך צו משמח זיין ביים עולה רגל זיין , מיט בענקשאפט צו ביכורי ענבים און ניסוך היין .
' ציון ', וויינען וואס מישט היסטאריע מיט קוואליטעט . א אויסוואל פון וויינען צו פארזוכן אין יעדע טראפ א רייזע פון עליה לרגל , מיטלעבן די ברכה פון יברכך ה ' מציון וראה בטוב ירושלים . זעט די גוטס פון ירושלים , שפירט די אראמע פון כהנים בעבודתם ולויים בשירם וזמרם פון די זאפטיגע טרויבן און רייכע ערד פון ציון . גייט עולה רגל זיין מיט א גלעזל וויין מיט די העכסטע סטאנדארט פון כשרות , די ציון וויינען
אונטער די שטרענגע השגחה פון בד " ץ עדה החרדית .
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 29