מיין מענדי האט געגעבן א שפרינג
אויף צוריק , און אוועקגעדרייט זיין קאפ . “ ניין ! מ ’ טאר
נישט קוקן אין א סמארטפאון !”
נומער
271
|
|
|
|
|
|
בס " ד
מִ תּ וֹרָ תְ ךָ
אויטענטישע געשיכטעס און טרעפליכע געדאַ נקען
אַ רום דעם נסיון הדור - דער פאַ רמעסט אַ נטקענגען דעם טעכנעלאָ גיע-מאָ נסטער
|
|
|
פונעם הייליגע תורה זיך נישט רירן . פון טעכנאלאגיע זיך נישט לאזן פארפירן
א
מיין מענדי האט געגעבן א שפרינג
אויף צוריק , און אוועקגעדרייט זיין קאפ . “ ניין ! מ ’ טאר
נישט קוקן אין א סמארטפאון !”
יך באטייליג זיך אין א געוויסער פראגראם פון בעלי תשובות , וועלכע פארמיטלען צווישן תינוקות שנשבו וואס ווילן לערנען און הערן וועגן אידישקייט , און חברותות וואס ווילן אוועקגעבן פון זייער צייט און לערנען מיט זיי . איך לערן מיט אים איינמאל א וואך דורכן טעלעפאן ,
און איך האב ב " ה שטארקע באפרידיגונג אין דעם פראגראם . מיין חברותא איז אויך שטארק צופרידן פונעם לערנען און ווערט אלס נענטער און ווארעמער צו אידישקייט .
אינעם לעצטן חנוכה האב איך פארגעשלאגן פאר מיין חברותא מיר צו קומען באזוכן אינדערהיים , מיטצוהאלטן אביסל די ליכט צינדן און די משפחה ווארעמקייט . מיין חברותא איז גראדע שטארק געפאלן דעם געדאנק , און אין איינע פון די טעג איז ער ארויפגעקומען צו מיר אויף א באזוך , געניסנדיג פון דעם געשמאקן אטמאספער ביי די ליכט .
איך האב געשמאק געשמועסט מיט אים . פרובירנדיג זיך צו דערנענטערן צו זיין וועלט , האב איך זיך אינטערעסירט אין זיין ארבעט . מיין חברותא האט גענומען דערציילן און פארברייטערן איבער זיין ארבעט , ווען אינמיטן רעדן האט ער ארויסגענומען זיין סמארטפאון כדי צו ווייזן פארשידענע זאכן וואס ער טוט ביי זיין ארבעט .
כ ' וועל מודה זיין אינעם אמת – דער יצר הרע איז געווען ליידער שטערקער פון מיר .
כ ' האב זיך אנגעהויבן מאכן א חשבון . ס ' רעדט זיך דא פון קירוב רחוקים , און ס ' איז א גרויסע מצוה , און דער ווייטער איד קען זיך דאך פארשעמען , און נאך און נאך ... און יא , ליידער האב איך געבראכן מיין גדר , און אריינגעקוקט
אינעם סמארטפאון צוזאמען מיטן בעל תשובה .
און דאן איז צוגעקומען מיין אינגעלע , מיין צען יעריגער מענדי , און זיך אריינגעמישט אינעם געשפרעך פרעגנדיג עפעס אן איינצעלהייט וואס ער האט נישט פארשטאנען .
" קום , כ ' וועל דיר ווייזן ". האט דער חברותא אויסגעשטרעקט זיין סמארטפאון .
מיין מענדי האט געגעבן א שפרינג אויף צוריק , און אוועקגעדרייט זיין קאפ . " ניין ! מ ' טאר נישט קוקן אין א סמארטפאון !"
א בושה האט מיך ארומגענומען פון קאפ ביז פוס . יא , מיין קליינער , צען יעריגער אינגל , איז בייגעשטאנען דעם נסיון וואס איך האב נישט באוויזן צו ביישטיין !
איך האב אראפגעלאזט מיין בליק , פארטראכט . מיין מענדי איז א שטענדיגער ליינער פון די ' השמיעיני ' גליונות . ער פארפאסט נישט קיין וואך . וואס זאל איך זאגן , מה נאמר ומה נדבר . די גליונות האבן דאך אזא געוואלדיגע כח . די קינדער זענען נאך שטערקער ווי זייערע עלטערן !
די שאלה איז וואס טו איך יעצט . מענדי האט דאך געזען אז איך זיץ און איך קוק צוזאמען מיטן חברותא . ווי אזוי זאל איך זיך פארטיידיגן ? זאל איך אים ערקלערן אז ס ' איז געווען נאר לצורך קירוב רחוקים , און אים צומישן זיין תמימות ' דיגער מח , וואס ווייסט מיט אזא קלארקייט אז א סמארטפאון איז אסור פאר סיי וועלכע צורך ?
אייגנטליך , פארוואס דארף איך זיך פארטיידיגן ? סתם , כדי צו ראטעווען מיין כבוד ? יא , אויך דער צען יעריגער מענדי מעג וויסן אז ס ' איז דא נסיונות , און א טאטע קען אויך אמאל א טעות האבן , און תשובה טון שפעטער ...
כ ' האב אויפגעהויבן מיין בליק צו מיין דרייסטן אינגל . " ביסט גערעכט , מענדי . מ ' טאר טאקע נישט קוקן ". האב איך געשאקלט מיטן קאפ . " איך בין דיר מקנא אז דו האסט געהאט די כח צו ביישטיין דעם נסיון , איך האב געהאט א טעות , איך האב אויך נישט געטארט קוקן . הלוואי אז פון היינט און ווייטער וועל איך אויך זיין אזוי שטארק ווי דיר , און מער נישט קוקן אין קיין סמארטפאון , אפילו אויף איין קליין מינוט ".
A project of :
To hear more stories , experiences and thoughts , tune in to :
845.400.1111 ( men ) | 845.400.1114 ( women )
276 SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 718.599.3444 לעילוי נשמת שרה בת גיטל פראדא ע ” ה
For comments or donations , please call the office : 845.351.9511