הונדערטער תושבי וויליאמסבורג באטייליגן זיך ביים ערשטמאליגן דינער אפצוצייכענען 10 יאר פון ת '' ת תפארת ישראל
דעם פארלאפענעם מוצש '' ק האבן הונדערטער תושבי וויליאמסבורג זיך באטייליגט ביים גרויסן מעמד '' עלי עשור '' אין די זאלן פון קאנטינענטאל וואו עס איז אפגעצייכענט געווארן בהודאה על העבר גאנצע 10 יאר פון די ליכטיגע תורה אפאראט '' תלמוד תורה תפארת ישראל '' וואס איז שוין היינט באקאנט פאר תושבי וויליאמסבורג אלץ לייכט טורעם פון הרבצת התורה וחינוך תשב '' ר . דער מעמד האט גלייכצייטיג געדינט אלץ דינער לקיום המוסד וואו דער ציבור האט זיך אנגעשלאסן מיט ברייטהארציגע נדבות פאר ' ן מוסד , צו העלפן אנהאלטן דעם חינוך ווינקל המיוחדת במינה .
ביים אריינקומען אין זאל האט זיך פשוט נישט געגלייבט וואס מען זעט פאר די אויגן . הונדערטער עלטערן זענען געזיצן כאיש אחד בלב אחד מיט ' ן געמיינזאמען ציל לחזק המוסד ולהתחזק בדברי התעלות והדרכה לחינוך הבנים . די פול געפאקטע זאל דורכאויס אלע שעות פונעם נאכט האט ארויסגעשריגן די הזורעים בדמעה ברינה יקצורו , אז נאך 10 יאר שווערע ארבעט פון לייגן שטיין נאך שטיין לתקן בית תלמוד איז מען ענדליך אנגעקומען צום טאג וואו מען צייכנט אפ גאנצע 10 יאר פון לעכטיגע פירות , זרע ברך ה ', און מיט אזא ריבו עם וואס קיינער וואלט דאס נישט געקענט פאראויסשאצן . די שטראם אריין האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיין מינוט ביז אין די שפעטע נאכט שעות , בשעת די איבערגעגעבנע עסקנים ארבעטן מיט ' ן בעסטן כח זייערער צו פארזיכערן אז יעדער מהמשתתפים ווערט אויפגענומען בסבר פנים יפות ובכבוד הראוי . באזונדער קוקענדיג אויפן מזרח וואנט האט זיך אנגעזען א הערליכער אויבן-אן מיט חשוב ' ע רבנים ופני העדה פון צענדליגער רבנים שליט '' א וואס זענען געקומען מיטצולעבן די אפצייכענונג פון די יבול העשור .
דער מעמד איז געווען א יחיד במינה סיי מיט ' ן עצם דינער וואס איז אן ערשטמאליגע ערשיינונג , און אזוי אויך מיט ' ן אפנגעפולטן תוכנ ' דיגער סדר המעמד וואס האט געהאלטן געשפאנט דעם גאנצן ציבור . דער יושב ראש הרב מרדכי יעקב ראזען האט באגריסט דעם גאנצן ציבור און געפירט דער מעמד מיט זיין מייסטער לשון לימודים . אלץ משא המעמד האט
אויפגעטרעטן הגה '' צ אב '' ד וויטקא שליט '' א נשיא המוסד , אזוי אויך האבן צווישן אנדערע אויפגעטרעטן הגה '' צ אב '' ד נימוזשא שליט '' א מיט טרעפליכע און יסודות ' דיגע דיבורים פאר די חשובע עלטערן , אזוי אויך האט אויפגעטרעטן הרה '' ח ר ' יצחק פירטה הי '' ו ממייסדי המוסד וואס האט איבערגעגעבן דעם נזר הכרת הטוב פאר הרה '' צ ר ' אברהם מרדכי גאלדשטיין שליט '' א וואס האט אין די לעצטע 10 יאר געארבעט בלי ליאות למען הצלחת המוסד . אן איבעראשנדער קורצע אויפטריט איז געהערט געווארן דורך הטפסר המרומם מו '' ה רחמים עג ' מי הי '' ו וואס האט מיט מרוגש ' דיגע דיבורים ארויסגעברענגט זיין התפעלות צום מקום תורה .
איינס פון די הויכפונקטן פונעם נאכט איז געווען א גאר רייכער פאנעל צווישן א חבר הנהלה , אינאיינעם מיט איינס פון די הורי המוסד , און א חשובער מרביץ תורה וואו עס האט זיך ארויסגעשיינט וויאזוי מיט די הערליכע צוזאמענארבעט צווישן די שלשה שותפי הילד שיילן זיך ארויס אזעלכע ליכטיגע פירות כ '' י .
אן איבעראשונג איז געהערט געווארן ביים סוף פון דער נאכט דורך הרה '' ח ר ' יוסף פנחס סטראלוויטש הי '' ו מהנהלת המוסד וואס האט מודיע געווען פאר ' ן גאנצן ציבור אז מען גרייט זיך אויף גרויסע אונטערנעמונגען בהרחבת גבולי הקדושה , אריינגערעכנט דאס אז מען האלט ביי די לעצטע שטאפלן פון שליסן קאנטראקט אויף א פרישע בנין וואס זאל דינען אלץ מקום הת '' ת , און אין די זעלבע צייט קוקט די הנהלה אריין פאר אן אייגענע קעמפ וואו די קינדערלעך זאלן קענען גיין דורכאויס די חדשי הקיץ .
דער גאנצער מעמד איז באגלייט געווארן בשירה וזמרה דורך די בארימטע '' חסידיש כאאר '' און הילד שבתי מרדכי טייכמאן נ '' י וואס האבן גלייכצייטיג מסיים געווען די נאכט מיט א הערליכע מוזיקאלישע פרעזענטאציע '' א טאג אין חדר '' ארויסצוברענגען די געוואלדיגע זכות פון שטיצן דעם מקום תורה .
עלי עשור ועלי נבל עלי הגיון בכינור
242 SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 718.599.3444