3 5 25 | Page 189

אפגעזען אין וועלכע מצב א מענטש זאל נאר זיין , קען ער אלעמאל טרעפן א סיבה צו זיין פרייליך . די ריכטיגע שמחה אבער , נעמט זיך פון א פרייליכקייט איבער עפעס וואס מען קען נישט טוישן און איבער עפעס וואס מען קען נישט פארלירן , אנדערש קען דער מענטש נישט האבן א שלימות ' דיגע שמחה וויסנ ' דיג אז ער קען יעדע ליאדע מינוט פארלירן די זאך וואס מאכט אים פרייליך .
אמי ! קוק אויף יענע

מ

טאטע , ער טאנצט אזוי פאני !"
חני איז געשטאנען מיט שטאלץ ביי די מחיצה און ארויסגעשטעקט איר קאפ העכער די מחיצה . איר מאמע איז געזעצן אויפן באנק מיט צוויי קינדער אויפן שויס , מיט לאלי ' ס אין זייער מויל . ס ' איז שמחת תורה היינט , און די קינדער האבן אלע געוואלט זען די הקפות . מירל , חני ' ס מאמע , האט זיי טאקע גענומען צו א קליינע לאקאלע שול , אבער עס האט נישט געפעלט קיין קוויטשעדיגע קינדער .
די געזאנג פון די צוויי מנינים מענער האט זיך געהערט אביסל שטיל און פארשלאפן איבער די פארטייבנדע קולות אינעם ווייבער שול . עס האט פשוט נישט געצויגן פאר די מאמעס מיט קינדער אין די הענט זיך צו שלעפן ביז דעם ענגן מחיצה און זיך שטופן צו כאפן א בליק ווי אזוי די מענער מאכן די רינגען ארום די בימה , האלטנדיג די ספרי תורה אין די הענט .
" מאמי , קום ! דו מוזט קומען זען , ער מאכט אזוי מיט די הענט און מיט די פיס !" האט חני נאכאמאל גערופן .
דאס מאל האט זיך איר מאמע געלאזט פון איר טאכטערל . זי האט זיך אויפגעשטעלט פון דער באנק , אראפלייגנדיג איר צוויי יעריגער אויפ ' ן ערד , און מיט די בעיבי און האנט האט זי זיך געשטופט צום מחיצה צו כאפן א בליק אויף וואס עס האט אזוי געצויגן איר טאכטער ' ס אינטערעס .
חני האט איר נישט אפגענארט . א יונגערמאן איז געשטאנען , בעסער געזאגט געשפרינגען , אונטן אין שול מיט א רויט פארפלאמטע געזיכט . ער האט אריינגעארבעט און געטאנצן מיט אלע זיינע כוחות אויף פיל העכערע און שטערקערע ריטם ווי די יונגעלייט וועלכע זענען געווען א טייל פונעם רינג .
" מאמי ! פארוואס טאנצט ער אזוי ?" האט חני ווייטער געפרעגט מיט איר קוויטשעדיגע הויכע קול .
מירל האט געכאפט נאך א שנעלע בליק ארויס פון דער מחיצה . דער יונגערמאן איז געשטאנען גאנץ נאנט צו זיי , און עס זענען געווען גרויסע שאנסן אז ער האט געהערט ווי אזוי חני שרייט .
" שא ! שטיל , שריי נישט אזוי הויעך ! דער טאטע קען זיך פארשעמען !" האט מירל געשושקעט צו איר טאכטער .
" אבער פארוואס טאנצט ער אזוי ?" האט חני נישט נאכגעלאזט . דאס מאל האט זי געפרעגט איר שאלה מיט א שטילערע שטימע אבער נאך גענוג הויך אז די פרויען ארום זאלן הערן , און אויך כאפן א בליק צו דעם יונגערמאן וואס שפרינגט און טאנצט און שול ווען זיין פנים איז פארשוויצט און זיינע כוחות האבן זיך שוין לאנג אויסגעלאזט .
" איך ווייס נישט ," האט מירל געגעבן אן ענטפער וואס חני האט נישט ליב צו הערן און עס מאכט איר נאר ווייטער פרעגן .
" מאמי ? פארוואס טאנצט ער
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 189