ווערטער . דערהויבנקייט .
" איך קען דיר דערציילן א שטיקל פון נ " ך ?" האט חיים אלי ' געפרעגט .
אסתר האט שווייגענדיג צוגעשאלקט מיט איר קאפ .
'' חז '' ל פארציילן אונז אז . ווען דוד המלך האט ענדגילטיג מצליח געווען ארויפברענגען דעם ארון ה ' צו ירושלים , נאך א לאנגע קייט פון קאמפליקאציעס , איז ער געווען גאר בשמחה . מיט גרויס שמחה האט זיך דוד גענומען טאנצן אויף די גאסן פון ירושלים צופיסנס פון דעם ארון . ער האט נישט געקוקט אויף זיין כבוד , און מיט שטארקע התלהבות געמאכט א לעבעדיגע קאדאטשקע .
ביי איינע פון די פענסטערס פון פאלאץ איז געשטאנען זיין ווייב מיכל און געקוקט קרום אויף די גאנצע ספעקטאל . אין הארצן האט זי זיך געשעמט אז איר מאן איז דער וואס שטייט און צענטער און מאכט מיט די הענט און פיס אלע מינע מאדנע תנועות , ווען אין פאקט איז ער דער מלך ישראל .
שפעטער האט זי פארגעווארפן איר מאן דוד המלך זאגנדיג , " איך שעם זיך , דו האסט געטאנצן דארט אין חצר אזוי ווי א נידריגע קנעכט ."
דוד המלך האט זיך אבער נישט דערשראקן פון אירע
" צו טאנצן מיט שמחה און פרייד פאר די הייליגע תורה איז נישט קיין דערנידערונג אדער בושה ." האט דוד המלך רעאגירט מיט א פעסטקייט .
אסתר האט געריקט איר פינגער ארום די בלומען פון די ווייסע טישטוך , נישט פארשטייענדיג פארוואס איר מאן האט באשלאסן איר צו פארציילן א שטיקל פון נך .
" יעצט הער וואס דער ישמח ישראל האט געזאגט אויף די מעשה !" האט חיים אלי ' געהאקט אויפן טיש מיט עקסטאז . " ער זאגט אז צוליב דעם וואס דוד ' ס ווייב מיכל האט גרינגעשעצט דוד פאר ' ן טאנצן האט זי מער נישט געהאט קיין קינדער ביז צו די טאג פון איר שטארבן ! און דער ישמח ישראל זאגט ווייטער אז מדה טובה מרובה , די זעלבע מדה ארבעט אויך אויף פארקערט . א מענטש וואס טאנצט מיט אלע כוחות פאר השי " ת ' ס כבוד , נישט קוקנ ' דיג אויף זיין אייגענע כבוד , איז זוכה צו קינדער !"
אסתר האט געקוקט אויף איר מאן עלעקטעראזירט . אצינד האט איר קיינער נישט געדארפט פארציילן אז איר מאן האט היינט אריינגעארבעט און געטאנצן מיט אלע זיינע כוחות . זי האט אלעס פארשטאנען פון זיינע פייערליכע ווערטער , אין
די פונקען אין זיינע אויגן .
איך |
בין |
דערפאר |
" און |
א |
אין |
טאנצן |
געגאנגען |
קלענערע בית המדרש ."
האט
|
ער אויסגעפירט
.
|
עס איז שוין איבריג צו אויספירן די מעשה . יענע יאר איז חיים אלי געהאלפן געווארן מיט א מיידעלע . צוויי יאר שפעטער האט ער געטון די זעלבע סגולה , און ער האט ווידער זוכה געווען צו א קינד , דאס מאל א בן זכר .
און דער קומענדיגע שמחת תורה איז ער שוין געשפרינגען מיט א קליינע אינגעלע אין האנט , ווען זיין ווייב האלט אן די האנט פון זיין צוויי יעריגע טאכטער אין ווייבער שול .
•••
התבטלות און הכנעה צום באשעפער איז די וועג צו גרייכן שלימות . ווען מען לייגט דעם " איך " אין א זייט , איז די עבודה מיט אן אמת . און אוודאי ווען מען פארציכט אויף די אייגענע כבוד , צו מערן השי " ת ' ס פראכט , איז מען זוכה צו פילע השפעות .
און ווי אלעמאל דארף דא באטאנט ווערן , אז אמאל איז מען טאקע זוכה צו זען די השפעות מיט אונזערע פליישיגע אויגן , און אמאל איז אונזער זע-קראפט צו באגרעניצט מיטצוהאלטן די שפע וואס השי " ת שענקט אונז .
פורים האבן די אידן מקבל געווען די תורה פונדאסניי , דאן איז די קבלה געקומען פון א טיפע ליבשאפט . יעדע איד באזונדער האט מיטגעהאלטן די געוואלדיגע קייט פון השגחה פרטית וויאזוי דער באשעפער האט צוגעפירט זיין רעטונג און נישט צוגעלאזט מען זאל אים פארלענדן , און דערפאר האט מען באנייט די תורה מיט א פרייליכקייט און אהבה שפירנדיג עס פאר א זכי ' צו קענען טון דעם באשעפער ' ס ווילן .
און זיך פרייען מיט די תורה – וואס דאס מיינט שעצן די געוואלדיגע מתנה – איז נישט באגרעניצט בלויז צו דער טאג פון שמחת תורה . די שמחה איז אן אייביגע , עס טוליעט שטענדיג אין אונזערע הערצער , און מיר קענען עס אויסדרוקן , און טראכטן דערפון , סיי ווען .
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 187