3 5 25 | Page 181

לאכט צו זיך אליין
... און נישט דווקא ווייל שמייכלען קאסט ווייניגער מוסקלען ווי מאכן א טרויעריגע פנים אדער ווייל שמייכלען וועקט אויף די ... כעמיקאל אין מח ( וואס איז גראדע אויך אמת ) זאל מיר זיך לוינען צו לאכן צו זיך אליין . נאר ווייל לאכן צו זיך אליין , אדער אין אנדערע ווערטער : זיך מאכן ווי כ ' בין שוין פרייליך , מאכט אונז באמת אין א בעסערע גוסטע .
איז ווען איר פילט זיך נישט אין די בעסטע גיסטע , שמייכלט צו זיך אליין , זינגט זיך אונטער בשעת איר טוט אייער ארבעט און איר וועט זען וויאזוי אייערע מעשים וועלן האבן א פאזיטיווע אפעקט אויף אייער גוסטע .
אטעמט טיף
מיינע אקסלען זענען פארשטייפט , מיינע הענט ריקן זיך שנעל , און כ ' טראכט נעגאטיוו . אונז קענען אלע די געפיל פון זיך ווילן ארויסדרייען פון א נעגאטיווע געדאנקענגאנג , אבער נאר די סטרעס פון פרובירן זיך ארויסצודרייען דערפון און ס ' ארבעט נישט מאכט נאר מער אנגעצויגן .
אינסטינקטיוו וועלן מיר אלע פרובירן צו נעמען א טיפן אטעם כדי זיך צו בארואיגן . ווי עס שיינט איז די אינסטינקט א געוואלדיגע , סייענס-באזירטע מיטל .
אומצאליגע פארשער האבן שוין געטראפן אז אטעמען טיף און רואיג מאכט אונז טאקע רואיגער און פרייליכער .
קומענדיגע מאל איר פילט זיך איבערגענומען פון נעגאטיווע געדאנקען , אז איר זוכט א מער אפעקטיוון מיטל , פרובירט די פאלגנדע איבונג .
מאכט צו אייערע אויגן . טראכט פון א פלאץ וואו איר פילט זיך געווענליך גוט און רואיג , אדער דערמאנט אייך פון א צייט ווען איר האט געפילט גוט מיט זיך און פרייליך בכלל .
ציילט ביז 5 בשעת איר אטעמט טיף אריין דורך אייער נאז .
אייער מויל אדער נאז .
אטעמט ווייטער אויף דעם אופן בשעת ' ן זיך פארשטעלן די סצענע אדער טראכטן פון די זכרון ביז איר פילט ווי איר בארואיגט זיך .
דרייט אייך מיט פרייליכע מענטשן
' פאזיטיווע מענטשן וועלן טרעפן א לעזונג צו יעדע פראבלעם , און נעגאטיווע מענטשן וועלן טרעפן א פראבלעם צו יעדע לעזונג ,' לויטעט דאס ווערטל .
גוסטעס זענען אנשטעקיג , און אז איר זוכט זיך אנצושטעקן מיט פאזיטיוויטעט , זעט זיך צו דרייען צווישן מענטשן וואס טראגן ארום פאזיטיוויטעט .
פאזיטיווע מענטשן האבן א נאטורליכע צויבער-‏ קראפט צו זיך . ס ' איז נישט שווער זיי צו דערקענען .
א גרויסע פסיכילאג האט אמאל געזאגט , " די טבע פון א מענטש איז אז ער האט געווענליך א מיינונג איבער זאכן - צומאל איז עס פאזיטיוו און צומאל איז עס נעגאטיוו . די אינטערעסאנטע חלק איז אבער אז ער זוכט אלעמאל אז זיינע ארומיגע זאלן האלטן פונקט ווי אים .
" דערפאר וועט א פאזיטיווע מענטש אלעמאל מאכן די מענטשן ארום אים אין א גוטע גיסטע , ווייל זיינע מיינונגען איבער אלס און אלעמען איז פאזיטיוו . ער וועט רעדן אפטאמיסטיש איבער אלעס , אז זיינע ארומיגע זאלן אויך האלטן אזויווי ער האלט .
" און א נעגאטיווע מענטש וועט מאכן זיינע ארומיגע אין א שלעכטע גיסטע ווייל ער וועט רעדן שלעכטס איבער אלעס . ס ' איז פשוט - ער זוכט צו באשטעטיגן אז זיין מיינונג איז ריכטיג ."
ציילט ביז 5 בשעת איר אטעמט צוביסלעך ארויס מיט
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 181